4 זיי בינדן שווערע לאסטן און לייגן זיי אויף מענטשנס שולטערן; אליין אבער ווילן זיי די דאזיקע אפילו מיט דעם פינגער נישט אנרירן.
וויי איז צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר גיט אפ מעשר פון דער מיענטע און דעם דיל און דעם קימל, און פארנאכלעסיקט די שווערערע זאכן פון דער תורה: דאס משפט און דעם חסד און די אמונה! די דאזיקע זאכן האט איר געדארפט טאן, און יענע נישט פארנאכלעסיקן.
דעריבער אלץ, וואס זיי וועלן אייך זאגן, זאלט איר טאן און אפהיטן; טוט אבער נישט לויט זייערע מעשים; מחמת זיי זאגן, און טאן נישט.
ער אבער האט געזאגט: וויי איז אויך צו אייך, חכמי התורה; ווייל איר באלאדנט די מענטשן מיט שווערע משאות, וואס מען קען זיי קוים דערטראגן, און איר אליין רירט אפילו נישט אָן די לאסטן מיט איינעם פון אייערע פינגער.
פארוואס זשע פרואווט איר איצט אויס ה׳, מיטן ארויפלייגן אויף דעם האלדז פון די תלמידים אן עול, וואס נישט אונדזערע עלטערן, נישט מיר אליין האבן געקענט דערטראגן?
ווארום עס איז וואוילגעפעלן דעם רוח הקודש און אונדז, נישט ארויפצולייגן אויף אייך קיין ווייטערע משא, אחוץ די דאזיקע נויטווענדיקע זאכן;
ווארום אפילו די געמלטע אליין היטן נישט אפ די געזעץ (פון תרי״ג פארדינען זיך זכות); נאר זיי ווילן, אז איר זאלט זיך מל זיין, כדי זיי זאלן זיך בארימען מיט אייער פלייש.
ווארום דאס דאזיקע איז די ליבע צו ה׳: אז מיר זאלן אפהיטן זיינע געבאטן; און זיינע געבאטן זענען נישט שווער.
צו אייך אבער זאג איך, צו די איבריקע אין טיאטירא, צו אזעלכע, וואס האבן נישט די דאזיקע (פאלשע) לערנונג, וועלכע קענען נישט די טיפענישן פון דעם שׂטן, ווי מען זאגט; איך וועל נישט ווארפן אויף אייך קיין אנדערע לאסט.