9 גייט זשע אהין אויף די גאסן, וואו די וועגן שיידן זיך, און וויפל איר וועט געפינען, זאלט איר פארבעטן אויף דער חתונה.
זאגן זיי צו אים: ווייל קיינער האט אונדז נישט געדונגען: זאגט ער צו זיי: גייט איר אויך אין וויינגארטן אריין.
און יענע קנעכט זענען ארויסגעגאנגען אויף די גאסן, און האבן איינגעזאמלט אלע, וועמען זיי האבן געפונען, סיי שלעכטע סיי גוטע, און דער חתונה זאל איז פול געווארן מיט געסט.
דאן זאגט ער צו זיינע קנעכט: די חתונה איז גרייט, די פארבעטענע אבער זענען עס נישט ווערט געווען.
און אז אין זיין נאמען זאל אויסגערופן ווערן א תשובה צו דער פארגעבונג פון זינד צווישן אלע פעלקער—אנהויבנדיק פון ירושלים.
ווארום אזוי האט אונדז דער האר באפוילן: איך האב דיך געזעצט פאר א ליכט צו די פעלקער, אז דו זאלסט זיין א ישועה ביז צום סוף פון דער ערד. (ישעיהו מט, ו.)
מיר, דעם קלענסטן פון אלע קדושים, איז געגעבן געווארן דער דאזיקער חסד, אנצוזאגן צו די אומות (העולם) די בשורה פון משיחס נישט אויספארשבארער עשירות;
און דער גייסט און די כלה זאגן: קום! און זאל דער הערער זאגן: קום! און דער דורשטיקער זאל קומען; און ווער עס וויל זאל נעמען פונם וואסער פון לעבן אומזיסט.