6 און די איבריקע האבן געכאפט זיינע קנעכט, זיי מיאוס באהאנדלט און געטייט.
זיי אבער האבן זיך דערפון גארנישט געמאכט, נאר זענען געגאנגען, איינער אין זיין פעלד אריין, און אן אנדערער צו זיין מסחר;
און דער קעניג איז צארנדיק געווארן; און האט געשיקט זיינע חיילות, און אומגעברענגט יענע רוצחים, און זייער שטאט פארברענט.
ווארום ער וועט איבערגעגעבן ווערן צו די אומות (העולם), און וועט אפגעשפאט, און באליידיקט, און באשפיגן ווערן; (ישעיהו נ, ו.)
און שאול האט מסכים געווען צו זיין טויט. און יענעם טאג האט זיך אויפגעהויבן א גרויסע רדיפה אויף דער קהלה אין ירושלים; און אלע זענען צעשפרייט געווארן איבער די געגנטן פון יהודה און שומרון, מיטן אויסנאם פון די שליחים.
געדענקט די געפאנגענע, ווי איר אליין וואלט געווען מיטגעפאנגענע, און די ליידנדיקע, אזויווי איר זענט אויך נאך אין דעם גוף.