34 און ווען די פרושים האבן געהערט, אז ער האט די צדוקים פארשטאפט דאס מויל, האבן זיי זיך פארזאמלט;
די פרושים אבער זענען ארויסגעגאנגען, און האבן זיך באראטן קעגן אים, ווי אזוי זיי זאלן אים אומברענגען.
ווען אבער ער האט געזען א סך פון די פרושים און פון די צדוקים קומען צו דער מקווה, האט ער צו זיי געזאגט: איר שלאנגענקינדער, ווער האט אייך געגעבן צו פארשטיין, אז איר זאלט אנטלויפן פון דעם קומענדיקן גרימצארן?
און זע, א געוויסער בעל תורה האט זיך אויפגעשטעלט און אים אויסגעפרואווט, אזוי צו זאגן: רבי, וואס זאל איך טאן, כדי צו ירשענען אייביק לעבן?