32 איך בין דער ג‑ט פון אברהם, און דער ג‑ט פון יצחק, און דער ג‑ט פון יעקב? ער איז נישט דער ג‑ט פון טויטע, נאר פון לעבעדיקע.
און וואס שייך תחית המתים, האט איר דען נישט געלייענט, וואס עס איז געזאגט געווארן צו אייך פון ה׳, אזוי צו זאגן:
דער ג‑ט פון אברהם און יצחק און יעקב, דער ג‑ט פון אונדזערע אבות, האט פארהערלעכט זיין קנעכט יהושע/ישוע, וועמען איר האט איבערגעגעבן, און פארלייקנט פאר פילאטוסן, ווען ער האט באשלאסן אים צו באפרייען.
איך בין דער ג‑ט פון דיינע אבות, דער ג‑ט פון אברהם, און דער ג‑ט פון יצחק, און דער ג‑ט פון יעקב. און משה האט געציטערט און זיך נישט אונטערגעשטעלט צו קוקן.
זיי באגערן אבער איצט א בעסערס, דאס הייסט א הימליש (לאנד); צוליב וואס ה׳ שעמט זיך נישט מיט זיי, גערופן צו ווערן זייער ג‑ט; ווארום ער האט צוגעגרייט פאר זיי א שטאט.