22 און ווען זיי האבן דאס געהערט, האבן זיי זיך געוואונדערט, האבן אים פארלאזט, און זענען אוועקגעגאנגען.
זע, איך שיק אייך ווי שאף צווישן וועלף. זייט זשע קלוג ווי די שלאנגען, און אָן פאלשקייט ווי די טויבן.
און ווי די המונים מענטשן האבן דאס געהערט, האבן זיי געשטוינט איבער זיין תורה.
און קיינער האט אים נישט געקענט ענטפערן קיין ווארט. און עס האט זיך שוין קיינער אויך מער נישט אונטערגעשטעלט פון יענעם טאג אָן אים עפעס צו פרעגן.
און ווי יהושע/ישוע האט דאס געהערט, האט ער זיך געוואונדערט, און האט געזאגט צו די, וואס האבן נאכגעפאלגט: באמת זאג איך אייך, ביי קיינעם אין ישראל האב איך אזא אמונה נישט געפונען.
און זיי האבן געזוכט אים צו כאפן; און האבן מורא געהאט פאר דעם המון מענטשן; ווארום מען האט געוואוסט, אז ער האט געזאגט דאס משל אויף זיי; און זיי האבן אים פארלאזט, און זענען אוועקגעגאנגען.
ווארום איך וועל אייך געבן א מויל און חכמה, וואס אלע אייערע קעגנער וועלן זיך נישט קענען אנטקעגנשטעלן אדער ווידערשפרעכן.
און זיך נישט געקענט אקייגנשטעלן דער חכמה און דעם גייסט, מיט וועלכן ער האט גערעדט.
אייער ווארט זאל תמיד זיין מיט חן, געווירצט מיט זאלץ, כדי איר זאלט וויסן וויאזוי איר האט יעדן איינעם צו ענטפערן.