18 יהושע/ישוע האט אבער פארשטאנען זייער בייזוויליקייט, און האט געזאגט: וואס פרואווט איר מיך אויס, צבועקעס?
יהושע/ישוע האט זיך אבער דערפון דערוואוסט, און איז אוועק פונדאנען; און א סך האבן אים נאכגעפאלגט, און ער האט זיי אלע געהיילט,
און פרושים זענען געקומען צו אים, האבן אים אויסגעפרואווט, און געזאגט: צי מעג מען זיך גטן מיטן ווייב צוליב יעדער סיבה?
זאג זשע אונדז, וואס מיינסטו: מעג מען געבן דעם קיסר מס, אדער נישט?
ווייזט מיר די מטבע פון מס! און זיי האבן אים געברענגט א דינר.
נאך אן אנדערן האט ער געשיקט; און יענעם האבן זיי געטייט; און א סך אנדערע; א טייל פון זיי האבן זיי געשלאגן, און א טייל—געהרגעט.
און גלייך דערוויסנדיק זיך אין זיין גייסט, אז זיי האבן אזוי געטראכט, זאגט ער צו זיי: פארוואס טראכט איר די דאזיקע זאכן אין אייערע הערצער?
און זע, א געוויסער בעל תורה האט זיך אויפגעשטעלט און אים אויסגעפרואווט, אזוי צו זאגן: רבי, וואס זאל איך טאן, כדי צו ירשענען אייביק לעבן?
ער אבער האט פארשטאנען זייער כיטרעקייט, און האט צו זיי געזאגט:
יהושע/ישוע האט אבער איינגעזען זייערע מחשבות, און האט ענטפערנדיק געזאגט צו זיי: פארוואס טראכט איר נאך אין אייערע הערצער?
און ווען יהושע/ישוע האט געזען די מחשבה פון זייער הארץ, האט ער גענומען א קינד און עס געשטעלט לעבן זיך,
און נישט נייטיק געהאט, אז עמיצער זאל עדות זאגן וועגן דעם מענטשן; ווארום ער אליין האט געוואוסט וואס עס איז אין א מענטשן.
און דאס דאזיקע האבן זיי געזאגט, אויספרואוונדיק אים, כדי זיי זאלן האבן עפעס, אים אנצוקלאגן. יהושע/ישוע אבער האט זיך אראפגעבויגן, און געשריבן מיטן פינגער אויף דער ערד.
האט פעטרוס צו איר געזאגט: פארוואס האט איר איינגעשטימט צווישן זיך אויסצופרואוון דעם גייסט פון דעם האר? אָט זע, די פיס פון די, וואס האבן באגראבן דיין מאן, זענען ביי דער טיר, און זיי וועלן דיך (אויך) ארויסטראגן.
און אירע קינדער וועל איך אומברענגען מיט דעם טויט; און אלע קהלות וועלן וויסן, אז איך בין דער, וועלכער פארשט אויס די נירן און הערצער; און וועל אייך געבן יעדן איינעם לויט אייערע מעשים.