13 דעמאלט האט דער קעניג געזאגט צו די באדינער: בינדט אים הענט און פיס, און ווארפט אים ארויס אין דער אויסערסטער פינצטערניש! דארט וועט זיין דאס קלאגן און קריצן מיט די ציין.
אדער ווי אזוי קען עמיצער אריינגיין אין דעם הויז פון דעם גיבור, און אוועקרויבן זיינע זאכן, אויב ער וועט נישט קודם כל בינדן דעם גיבור? און דעמאלט וועט ער אויסרויבן זיין הויז.
לאזט ביידע וואקסן צוזאמען ביז צום שניט, און אין דער צייט פון שניט וועל איך זאגן צו די שניטער: רייסט צום ערשט אויס דאס אומקרויט, און בינדט עס אין בינטלעך, כדי מען זאל עס פארברענען; דעם ווייץ אבער זאמלט איין אין מיין שייער אריין.
און וועלן זיי ווארפן אין דעם אויוון פון פייער אריין; דארטן וועט זיין דאס קלאגן און קריצן מיט די ציין.
און זיי ווארפן אין דעם אויוון פון פייער אריין. דארטן וועט זיין דאס קלאגן און קריצן מיט די ציין.
און וועט אים צעשניידן אויף שטיקער, און לייגן זיין חלק מיט די צבועקעס. דארטן וועט זיין דאס קלאגן און קריצן מיט די ציין.
און דעם אומנוצלעכן קנעכט ווארפט ארויס אין דער אויסערסטער פינצטערניש. דארטן וועט זיין דאס קלאגן און קריצן מיט די ציין.
די קינדער אבער פון דעם מלכות וועלן ארויסגעווארפן ווערן אין דער פינצטערניש אינדרויסן; דארטן וועט זיין דאס קלאגן און דאס קריצן מיט די ציין.
דארט וועט זיין דאס קלאגן און קריצן מיט די ציין, ווען איר וועט זען אברהמן און יצחקן און יעקבן און אלע נביאים אין דעם קעניגרייך פון ה׳, אייך אליין אבער ארויסגעווארפן אינדרויסן!
באמת, באמת זאג איך דיר: ווען דו ביסט געווען יונג, האסטו דיך ארומגעגארטלט און ביסט געגאנגען, וואו דו האסט געוואלט; אבער ווען דו וועסט אלט ווערן, וועסטו אויסשטרעקן דיינע הענט, און אן אנדערער וועט דיך ארומגארטלען און פירן, וואואהין דו וועסט נישט וועלן.
און קומענדיק צו אונדז, האט ער גענומען פוילוסנס גארטל, האט זיך געבונדן די פיס און די הענט, און געזאגט: דאס זאגט דער רוח הקודש: דעם מאן, וועמעס גארטל דער איז, וועלן די יידן אין ירושלים אזוי בינדן, און (אים) איבערגעבן אין גויישע הענט אריין.
און הערנדיק דאס, האט עס זיי געשטאכן אין זייערע הערצער, און זיי האבן געקריצט מיט די ציין אויף אים.
די דאזיקע וועלן ליידן א שטראף, אן אייביקע פארדארבונג פון דעם פנים פון דעם האר און פון דער הערלעכקייט פון זיין מאכט,
די דאזיקע זענען קוואלן אָן וואסער, און וואלקנדלעך געטריבן פון א שטורמווינט; פאר זיי איז אנגעגרייט די טונקלקייט פון דעם חושך.
ווארום אויב ה׳ האט נישט געשוינט די מלאכים, וועלכע האבן געזינדיקט, נאר האט זיי איבערגעגעבן אין היילן פון חשכות אין דער אונטערוועלט, אפגעהיטן צו ווערן צום משפט;
ווילדע ים כוואליעס, וואס שוימען ארויס זייערע אייגענע חרפות; בלאנדזשענדע שטערן, פאר וועמען די טונקלקייט פון דעם חושך איז אויפבאווארט אויף אייביק.
און מלאכים, וועלכע האבן נישט אפגעהיטן זייער ממשלה, נאר פארלאזט זייער וואוינונג, האט ער אויפבאווארט אונטער דער פינצטערניש מיט אייביקע קייטן צום משפט אין דעם גרויסן טאג.
און עס וועט בשום אופן אין איר נישט אריינגיין קיין שום טמא זאך, און ווער עס טוט אומווירדיקייט און שקר; נאר די, וואס זענען איינגעשריבן אין דעם לעמעלעס ספר החיים.