12 און ער זאגט צו אים: פריינד, וויאזוי ביסטו אריינגעקומען אהער, נישט האבנדיק קיין חתונה מלבוש? און ער איז געבליבן שטום.
ער אבער האט ענטפערנדיק צו איינעם פון זיי געזאגט: מיין פריינד, איך טו דיר נישט קיין עוולה. האסטו דען נישט איינגעשטימט מיט מיר פאר איין דינר?
יהושע/ישוע אבער האט צו אים געזאגט: פריינד, צו וואס ביסטו געקומען? דעמאלט זענען זיי צוגעגאנגען און האבן ארויפגעלייגט די הענט אויף יהושען/ישוען, און אים גענומען.
מחמת איך זאג אייך, אז אויב אייער צדקות וועט נישט איבערשטייגן די צדקות פון די סופרים און די פרושים, וועט איר בשום אופן נישט אריינגיין אינם מלכות השמים.
מיר אבער ווייסן, אז וואס די תורה זאגט, איז עס גערעדט געווארן צו די, וועלכע זענען אונטער דער תורה, כדי איטלעכס מויל זאל פארשטאפט ווערן און די גאנצע וועלט זאל זיין שולדיק פאר ה׳;
דערפאר זאלט איר גארנישט משפטן פאר דער וועט צייט, ביז דער האר וועט קומען, וועלכער אויך באלויכטן די פארבארגענע זאכן פון דער פינצטערניש און אנטפלעקן די פארלאנגען פון די הערצער; און דעמאלט וועט יעדער איינער באקומען זיין לויב פון ה׳.
וויסנדיק, אז אזעלכער איז פארקערט און זינדיקט, און איז פון זיך אליין פאראורטיילט.