10 און יענע קנעכט זענען ארויסגעגאנגען אויף די גאסן, און האבן איינגעזאמלט אלע, וועמען זיי האבן געפונען, סיי שלעכטע סיי גוטע, און דער חתונה זאל איז פול געווארן מיט געסט.
און דאס פעלד איז די וועלט; און דער גוטער זאמען, דאס זענען די קינדער פון דעם מלכות; דאס אומקרויט אבער זענען די קינדער פון דעם נישט גוטן;
גייט זשע אהין אויף די גאסן, וואו די וועגן שיידן זיך, און וויפל איר וועט געפינען, זאלט איר פארבעטן אויף דער חתונה.
און בשעת זיי זענען אוועקגעגאנגען קויפן, איז דער חתן געקומען; און די, וואס זענען געווען גרייט, זענען אריינגעגאנגען מיט אים אויף דער חתונה, און די טיר איז פארשלאסן געווארן.
און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: צי קענען דען די אונטערפירערס טרויערן, בשעת דער חתן איז מיט זיי? עס וועלן אבער קומען טעג, ווען דער חתן וועט פון זיי אוועקגענומען ווערן, און דעמאלט וועלן זיי פאסטן.
טאמער, ווען איך וועל קומען, וועט מיין ג‑ט מיך דערנידעריקן פאר אייך, און איך וועל טרויערן איבער א סך, וועלכע האבן שוין פריער געהאט געזינדיקט און נישט תשובה געטאן אויף זייער טומאה און זנות און צעלאזנקייט, וואס זיי האבן געטריבן.
פון אונדז זענען זיי ארויסגעגאנגען, נאר זיי זענען נישט געווען פון אונדז; ווארום אויב זיי וואלטן געווען פון אונדז, וואלטן זיי געבליבן מיט אונדז; נאר (זיי זענען ארויסגעגאנגען) כדי זיי זאלן באקאנט ווערן, אז זיי אלע זענען נישט פון אונדז.
און זיי האבן געזונגען א ניי ניגון, אזוי צו זאגן: ראוי ביסטו צו נעמען דאס ספר און צו עפענען זיינע חתימות; ווייל דו ביסט געשחטן געווארן, און האסט אויסגעקויפט פאר ה׳ מיט דיין אייגן בלוט די (מענטשן) פון יעדן שבט און לשון און פאלק און אומה,
נאך דעם האב איך געזען, און אָט א גרויסער המון, וואס קיינער האט אים נישט געקענט איבערציילן, פון אלע אומות (העולם) און שבטים און אומות און לשונות, שטיין פאר דעם כסא הכבוד און פאר דעם לעמעלע, אנגעקליידט אין ווייסע קליידער, מיט פאלמענצווייגן אין זייערע הענט;