8 און דאס רוב פון דעם המון האבן אויסגעשפרייט זייערע מלבושים אויפן וועג; און אנדערע האבן אפגעבראכן צווייגן פון די ביימער,
און האבן געברענגט דאס אייזל מיט דעם אייזעלע, און אויף זיי ארויפגעלייגט די מלבושים; און ער האט זיך ארויפגעזעצט אויף זיי.
און א סך האבן אויסגעשפרייט זייערע מלבושים אויפן וועג; און אנדערע האבן אויסגעשפרייט צווייגן, וואס זיי האבן אפגעשניטן אויף די פעלדער.
און בשעת ער איז געגאנגען, האבן זיי אויסגעשפרייט זייערע קליידער אויפן וועג.
האבן זיי גענומען פאלמענצווייגן, און זענען ארויס אים אנטקעגנצוגיין, און האבן געשריגן: הושענא, ברוך הבא בשם ה׳, מלך ישראל! (תהלים קיח, כה.) (געבענטשט איז דער, וואס קומט אינם נאמען פון דעם האר ג‑ט, דער מלך פון ישראל).