7 און האבן געברענגט דאס אייזל מיט דעם אייזעלע, און אויף זיי ארויפגעלייגט די מלבושים; און ער האט זיך ארויפגעזעצט אויף זיי.
און געזאגט צו זיי: גייט אריין אין דעם דארף, וואס ליגט אנטקעגנאיבער אייך, און תיכף וועט איר געפינען אן אייזל אנגעבונדן, און א יונג אייזעלע ביי איר, בינדט זיי אויף, און ברענגט זיי צו מיר.
און די תלמידים זענען געגאנגען, און האבן געטאן ווי יהושע/ישוע האט זיי באפוילן,
און דאס רוב פון דעם המון האבן אויסגעשפרייט זייערע מלבושים אויפן וועג; און אנדערע האבן אפגעבראכן צווייגן פון די ביימער,