1 און ווען זיי האבן זיך דערנענטערט צו ירושלים, און זענען געקומען קיין בית‑פגי, ביים הר הזיתים, האט יהושע/ישוע דעמאלט געשיקט צוויי פון זיינע תלמידים,
און יהושע/ישוע האט זיך דערבארעמט אויף זיי, און אנגערירט זייערע אויגן, און פלוצלונג זענען זיי זעענדיק געווארן, און האבן אים נאכגעפאלגט.
און געזאגט צו זיי: גייט אריין אין דעם דארף, וואס ליגט אנטקעגנאיבער אייך, און תיכף וועט איר געפינען אן אייזל אנגעבונדן, און א יונג אייזעלע ביי איר, בינדט זיי אויף, און ברענגט זיי צו מיר.
און ווען ער איז געזעסן אויפן הר הזיתים, זענען זיינע תלמידים צוגעקומען צו אים, בשעת זיי זענען געווען אליין, און האבן געזאגט: זאג אונדז, ווען וועט דאס געשען, און וואס וועט זיין דאס אות פון דיין קומען, און פון דעם קץ פון דער וועלט?
און זיי האבן אפגעזונגען הלל, און זענען ארויסגעגאנגען צום הר הזיתים.
און בעת ער איז געזעסן אויפן הר הזיתים, אנטקעגנאיבער דעם בית המקדש, האבן פעטרוס און יעקב און יוחנן און אנדריי אים געפרעגט, ווען זיי זענען געווען אליין:
און ווען זיי האבן אפגעזונגען הלל, זענען זיי ארויסגעגאנגען צום הר הזיתים.
און בייטאג איז ער געווען אינם בית המקדש און האט געלערנט, און ביינאכט איז ער ארויסגעגאנגען און האט איבערגענעכטיקט אויפן בארג, וואס מען האט אים גערופן הר הזיתים.
און ער איז ארויסגעגאנגען, און איז אוועק, ווי עס איז געווען זיין געוואוינהייט, צום הר הזיתים; און די תלמידים האבן אים אויך נאכגעפאלגט.
(און יהושע/ישוע איז אוועקגעגאנגען צום הר הזיתים.
דעמאלט האבן זיי זיך אומגעקערט קיין ירושלים פונם בארג, וואס הייסט הר הזיתים, וועלכער איז נאענט פון ירושלים א שטח א תחום שבת.