8 און ווען עס איז געווארן אוונט, זאגט דער האר פון דעם וויינגארטן צו זיין אפוטרופוס: רוף די ארבעטער, און צאל אויס דעם לוין, אנהויבנדיק פון די לעצטע ביז צו די ערשטע.
זאגן זיי צו אים: ווייל קיינער האט אונדז נישט געדונגען: זאגט ער צו זיי: גייט איר אויך אין וויינגארטן אריין.
און עס זענען געקומען די, וואס זענען געדונגען געווארן ארום דער עלפטער שעה, און האבן באקומען יעדער איין דינר.
און נאך א לאנגער צייט קומט דער האר פון יענע קנעכט, און מאכט א חשבון מיט זיי.
ווען אבער דער בר אנש וועט קומען אין זיין הערלעכקייט, און אלע מלאכים מיט אים, וועט ער דעמאלט זיצן אויף זיין כסא הכבוד;
און אין דעם זעלביקן הויז זאלט איר בלייבן, עסט און טרינקט וואס זיי האבן; ווארום דער ארבעטער איז ווערט זיין לוין. גייט נישט פון הויז צו הויז.
און דער האר האט געזאגט: ווער זשע איז דער געטרייער און פארשטאנדיקער הויז פארוואלטער, וועלכען דער האר וועט באשטימען איבער זיין הויזגעזינד, אז ער זאל זיי געבן די מאס שפייז צו דער רעכטער צייט?
און יוחנה, דאס ווייב פון כוזא, א פארוואלטער ביי הורדוסן, און שושנה און א סך אנדערע, וואס האבן אים געדינט מיט זייער האב און גוטס.
ווארום מיר אלע מוזן דערשיינען פאר משיחס כסא המשפט, כדי יעדער איינער זאל באקומען דאס, וואס ער האט געטאן אין דעם גוף, גוטס אדער שלעכטס.
ווארום דער משגיח דארף זיין אָן א פעלער, אלס ה׳ס פארוואלטער; נישט איינגעעקשנט, נישט קיין רגזן, נישט קיין שכור, נישט קיין שלעגער, נישט גענייגט צו שענדלעכן געווין;
אזוי איז אויך דער משיח איינמאל מקריב געווארן, צו טראגן די זינד פון פילע, און א צווייט מאל וועט ער דערשיינען אָן זינד צו די, וואס דערווארטן אים, צו ישועה.
דינט איינער דעם אנדערן, לויט דער מתנה, וואס יעדערער האט באקומען, ווי גוטע פארוואלטער פון ה׳ס פארשיידנארטיקן חסד;