5 און זיי זענען געגאנגען און ער איז ווידער ארויסגעגאנגען ארום דער זעקסטער און ניינטער שעה, און האט דאס זעלביקע געטאן.
און האט צו יענע געזאגט: גייט איר אויך אין וויינגארטן אריין, און וואס איז רעכט, וועל איך אייך געבן!
און ארום דער עלפטער שעה איז ער ארויסגעגאנגען, און האט געפונען אנדערע שטיין און זאגט צו זיי: וואס שטייט איר דא ליידיק דעם גאנצן טאג?
און פון דער זעקסטער שעה אן איז געווארן א פינצטערניש איבערן גאנצן לאנד ביז דער ניינטער שעה.
זאגט ער צו זיי: קומט און זעט. זענען זיי דעריבער געקומען און האבן געזען וואו ער האט געוואוינט; און זענען ביי אים פארבלייבן יענעם טאג. עס איז געווען ארום דער צענטער שעה.
האט יהושע/ישוע געענטפערט: צי האט דען נישט דער טאג צוועלף שעה? ווער עס גייט ארום בייטאג, דער שטרויכלט נישט, ווייל ער זעט דאס ליכט פון דער דאזיקער וועלט.
און דארט איז געווען יעקבס ברונעם. און זייענדיק מיד פון דער נסיעה, האט יהושע/ישוע זיך אזוי אנידערגעזעצט ביים ברונעם; עס איז געווען ארום דער זעקסטער שעה.
ער האט באשיימפערלעך געזען אין א חזיון, ווי ארום דער ניינטער שעה פונם טאג איז א מלאך פון ה׳ אריינגעקומען צו אים, און צו אים געזאגט: קארנעליוס!
און אויף צומארגנס, בשעת זיי זענען געווען אויפן וועג, און האבן זיך דערנענטערט צו דער שטאט, איז פעטרוס ארויפגעשטיגן אויפן דאך, תפילה צו טאן, ארום דער זעקסטער שעה;
און פעטרוס און יוחנן זענען ארויפגעגאנגען אין בית המקדש אריין אין דער שעה פון תפילה, דער ניינטער.