Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מתתיהו 20:34 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

34 און יהושע/ישוע האט זיך דערבארעמט אויף זיי, און אנגערירט זייערע אויגן, און פלוצלונג זענען זיי זעענדיק געווארן, און האבן אים נאכגעפאלגט.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מתתיהו 20:34
20 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און ער איז ארויסגעקומען, און האט געזען א גרויסן המון מענטשן, און זיך דערבארעמט אויף זיי און געהיילט זייערע קראנקע.


און יהושע/ישוע האט צו זיך גערופן זיינע תלמידים, און געזאגט: איך בין אינערלעך גערירט איבער דעם המון מענטשן, ווייל זיי זענען שוין דריי טעג מיט מיר און האבן נישט וואס צו עסן; און איך וויל נישט זיי אוועקשיקן פאסטנדיק, טאמער וועלן זיי אויסגיין אויפן וועג.


זאגן זיי צו אים: אז אונדזערע אויגן זאלן געעפנט ווערן!


און ווען זיי האבן זיך דערנענטערט צו ירושלים, און זענען געקומען קיין בית‑פגי, ביים הר הזיתים, האט יהושע/ישוע דעמאלט געשיקט צוויי פון זיינע תלמידים,


און ער האט אנגערירט איר האנט, און דאס פיבער האט זי פארלאזן; און זי איז אויפגעשטאנען, און האט אים באדינט.


האט ער דעמאלט אנגערירט זייערע אויגן, און געזאגט: לויט אייער אמונה, אזוי זאל עס אייך געשען!


און ווען ער האט געזען די מאסן מענטשן, האט ער אויף זיי גרויס רחמנות געהאט, ווייל זיי זענען געווען פארשמאכט און פארווארלאזט, ווי שאף, וואס האבן נישט קיין פאסטוך.


און ער האט אים אוועקגענומען פון דעם המון מענטשן אויף א זייט, האט אריינגעלייגט זיינע פינגער אין זיינע אויערן אריין, און האט אויסגעשפיגן און אנגערירט זיין צונג;


און תיכף ומיד איז ער זעענדיק געווארן, און האט אים נאכגעפאלגט, לויבנדיק ה׳; און דאס גאנצע פאלק, וואס האט דאס געזען, האט אפגעגעבן א שבח צו ה׳.


יהושע/ישוע אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: לאזט געמאכט! און האט אנגערירט זיין אויער, און אים געהיילט.


און זעענדיק זי, האט דער האר זיך דערבארעמט איבער איר, און צו איר געזאגט: קלאג נישט!


אויפצועפענען זייערע אויגן, אז זיי זאלן זיך אומקערן פון דער פינצטערניש צום ליכט, און פון דער מאכט פונם שׂטן צו ה׳, כדי זיי זאלן באקומען פארגעבונג פון זינד, און א ירושה צווישן די, וועלכע זענען געהייליקט געווארן דורך (דרך ה׳) אמונה אין מיר.


צוליב וועלכן ער האט געמוזט אין אלעם ענלעך ווערן צו זיינע ברידער, כדי ער זאל ווערן רחמנותדיק און א געטרייער כהן גדול אין די זאכן, וואס האבן א שייכות צו ה׳, מכפר צו זיין פאר די זינד פונם פאלק.


און צום סוף, האט אלע איין מחשבה, האט מיטלייד, זייט ברידערלעך, בארמהערציק, האלט זיך נידעריק;


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ