16 אָט אזוי וועלן די לעצטע זיין ערשטע, און די ערשטע—לעצטע.
נאר א סך ערשטע וועלן זיין לעצטע, און לעצטע—ערשטע.
דערנאך האט ער חרטה געהאט, און איז געגאנגען. ווער פון די ביידע האט געטאן דעם פאטערס רצון? זאגן זיי: דער לעצטער. זאגט יהושע/ישוע צו זיי: באמת זאג איך אייך, אז די שטייער אויפמאנער און די זונות גייען אריין פארויס פאר אייך אין דעם קעניגרייך פון ה׳.
מחמת א סך זענען גערופן, ווייניקע אבער אויסדערוויילט.
גייט אריין דורך דעם ענגן טויער; ווייל געראם איז דאס טויער, און אויסגעברייטערט דער וועג, וואס פירט צו פארדארבונג, און א סך זענען עס, וואס גייען אריין דורך דעם דאזיקן.
אבער א סך ערשטע וועלן זיין לעצטע; און די לעצטע ערשטע.
ווארום איך זאג אייך, אז קיין איינער פון יענע מענער, וואס זענען פארבעטן געווארן, וועט נישט טועם זיין פון מיין סעודה.
איך זאג אייך, אָט אזוי וועט זיין א שמחה אין הימל איבער איין חוטא, וואס טוט תשובה, מער ווי איבער ניין און ניינציק צדיקים, וואס דארפן נישט קיין תשובה.
צוליב וועלכן איך זאג דיר, אירע זינד, די פילע, זענען איר פארגעבן געווארן; ווייל זי האט א סך ליב געהאט; וועמען אבער ווייניק ווערט פארגעבן, דער ליבט ווייניק.
די תורה אבער איז אריינגעקומען, כדי די עבירות זאלן זיך פארמערן; און וואו די זינד האט זיך פארמערט, איז דער חסד נאך מער איבערגעפלאסן,
און וועמען ער האט פארויסבאשטימט, זיי האט ער אויך גערופן; און וועמען ער האט גערופן, זיי האט ער אויך גערעכטפערטיקט; און וועמען ער האט גערעכטפערטיקט, די דאזיקע האט ער אויך פארהערלעכט.
וואס זשע זאלן מיר זאגן? אז די נישט יידן, וועלכע האבן נישט נאכגעפאלגט צדקות, האבן דערגרייכט צדקות, אבער די צדקות פון אמונה;
און צוליב דעם דאזיקן דאנקען מיר אויך ה׳ אָן אויפהער, אז באקומענדיק ה׳ס ווארט, וואס איר האט געהערט פון אונדז, האט איר עס אויפגענומען נישט אלס א ווארט פון מענטשן, נאר ווי עס איז אינדעראמתן, דאס ווארט פון ה׳, וועלכער ווירקט אויך אין אייך, וואס גלויבן.