7 דערנאך האט הורדוס שטילערהייט גערופן די שטערנזעער, און גרינטלעך אויסגעפארשט ביי זיי די צייט, ווען דער שטערן האט זיך באוויזן.
און ווען יהושע/ישוע איז געבוירן געווארן אין בית‑לחם יהודה, אין די טעג פון קעניג הורדוס, זע, שטערנזעער פונם מזרח זענען אנגעקומען קיין ירושלים,
דעמאלט האט הורדוס געזען, אז ער איז געווארן אפגעשפאט פון די שטערנזעער, איז ער געווארן שרעקלעך צארנדיק, און האט געשיקט, און געלאזט טייטן אלע יינגלעך, וואס זענען געווען אין בית‑לחם און אין אלע אירע געגנטן, פון צוויי יאר און יונגער, לויט דער צייט, וואס ער האט גענוי אויסגעפונען פון די שטערנזעער.
און ער האט זיי געשיקט קיין בית‑לחם, און געזאגט: גייט און פארשט נאך גענוי וועגן דעם קינד; און ווען איר וועט עס געפינען, דערציילט מיר, כדי איך זאל אויך קומען און מיך בוקן צו אים.
פעליקס אבער, קענענדיק דעם (דרך ה׳) דרך גענויער, האט זיי אפגעלייגט, און געזאגט: ווען ליזיאס דער הויפטמאן וועט אראפקומען, וועל איך אנטשיידן אייער זאך.
און די שלאנג האט אויסגעשפיגן פון איר מויל הינטער דער פרוי וואסער, ווי א שטראם, כדי זי זאל מיטגעריסן ווערן פון דעם שטראם.