Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מתתיהו 2:6 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

6 און דו בית‑לחם, לאנד יהודה, ביסט בשום אופן נישט דאס קלענסטע צווישן די פרינצן פון יהודה; מחמת פון דיר וועט ארויסקומען א מושל, וואס וועט פיטערן מיין פאלק ישראל! (מיכה ה, ב.)

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מתתיהו 2:6
24 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און ווען יהושע/ישוע איז געבוירן געווארן אין בית‑לחם יהודה, אין די טעג פון קעניג הורדוס, זע, שטערנזעער פונם מזרח זענען אנגעקומען קיין ירושלים,


און יהושע/ישוע איז צוגעגאנגען און האט מיט זיי גערעדט, אזוי צו זאגן: עס איז מיר געגעבן געווארן יעדע מאכט אין הימל און אויף דער ערד.


ווידער צום צווייטן מאל זאגט ער צו אים: שמעון בן יונה, צי האסטו מיך ליב? זאגט ער צו אים: יא, האר, דו ווייסט, אז איך האב דיך ליב. זאגט ער צו אים: פאשע מיינע שאף.


צי האט דען נישט דער פסוק געזאגט, אז פון דער זרע דוד און פון בית‑לחם דעם דארף, וואו דוד איז געווען, קומט דער משיח? (שמואל ב ז, יב; מיכה ה, א.)


און אלץ האט ער געלייגט אונטער זיינע פיס און אים אליין געגעבן ווי א ראש איבער אלעם צו דער קהלה,


און ער איז דער קאפ פון דעם גוף, די קהלה; ער איז דער אנהויב, דער בכור פון די טויטע, כדי ער זאל זיין אין אלעם דער ערשטער.


ווארום עס איז קלאר, אז אונדזער האר האט געשטאמט פון יהודה, וועגן וועלכן שבט משה האט גארנישט געזאגט וואס שייך כהנים.


און דער זיבעטער מלאך האט געבלאזן; און עס זענען געקומען הויכע קולות אין הימל, אזוי צו זאגן: דאס מלכות פון דער וועלט איז געווארן (דאס מלכות) פון אונדזער האר און פון זיין משיח; און ער וועט קעניגן לעלמי עולמים. (דניאל ז, יג-יד.)


און ער וועט הערשן איבער זיי מיט א רוט פון אייזן, ווי די כלים פון א טעפער ווערן צעבראכן (תהלים ב, ט.); ווי אויך איך האב באקומען פון מיין פאטער;


ווייל דאס לעמעלע, וואס איז דארטן אינמיטן פון דעם כסא הכבוד, וועט זיי פאשען און פירן צו די קוואלן פון וואסער פון לעבן; און ה׳ וועט אפווישן יעדע טרער פון זייערע אויגן. (ישעיהו כה, ה.)


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ