Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מתתיהו 2:2 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

2 און האבן געזאגט: וואו איז ער, וואס איז געבוירן געווארן, דער מלך פון די יידן? מחמת מיר האבן געזען זיין שטערן אויפן מזרח, און זענען געקומען, זיך צו בוקן צו אים.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מתתיהו 2:2
28 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און ווי דער קעניג הורדוס האט דאס געהערט, האט ער זיך דערשראקן און גאנץ ירושלים מיט אים.


זאגט דער טאכטער פון ציון: זע, דיין מלך קומט צו דיר, אן ענו, און רייטנדיק אויף אן אייזל, און אויף אן אייזעלע, דאס יונגע פון אן אייזל. (ישעיהו סב, יא; זכריה ט, ט.)


און יהושע/ישוע איז געשטעלט געווארן פאר דעם גובערנאטאר, און דער גובערנאטאר האט אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: צי ביסט דו דער קעניג פון די יידן? און יהושע/ישוע האט געזאגט; דו זאגסט עס!


און האבן געזאגט: געבענטשט איז דער קעניג, וואס קומט אינם נאמען פון דעם האר (ה׳); שלום אין הימל, און כבוד אין די הויכקייטן!


אז אייך איז היינט געבוירן געווארן א גואל, וועלכער איז משיח, דער האר, אין דער שטאט פון דוד. (מיכה ה, א.)


און פילאטוס האט אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: דו ביסט דער קעניג פון די יידן? און ער האט ענטפערנדיק געזאגט צו אים: דו זאגסט עס!


און איבער אים איז אויך געווען אן אויפשריפט: דאס איז דער קעניג פון די יידן.


האט נתנאל אים געענטפערט: רבי, דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער; דו ביסט דער מלך פון ישראל.


האבן זיי גענומען פאלמענצווייגן, און זענען ארויס אים אנטקעגנצוגיין, און האבן געשריגן: הושענא, ברוך הבא בשם ה׳, מלך ישראל! (תהלים קיח, כה.) (געבענטשט איז דער, וואס קומט אינם נאמען פון דעם האר ג‑ט, דער מלך פון ישראל).


פילאטוס האט דעריבער צו אים געזאגט: אויב אזוי ביסטו טאקע א מלך? האט יהושע/ישוע געענטפערט: דו זאגסט עס, אז איך בין א מלך. דערצו בין איך געבוירן געווארן און דערצו בין איך געקומען אין דער וועלט אריין, כדי איך זאל עדות זאגן אויף דעם אמת. יעדער איינער, וואס איז פון דעם אמת, הערט מיין קול.


און פילאטוס האט אויך געשריבן א טיטל און אים ארויפגעזעצט אויפן בוים. און עס איז געווען געשריבן: יהושע/ישוע פון נצרת מלך היהודים.


האט תומא געענטפערט און געזאגט צו אים: מיין האר און מיין ג‑ט!


כדי אלע זאלן אפגעבן כבוד דעם זון, ווי זיי גיבן אפ כבוד דעם פאטער. ווער עס גיט נישט אפ כבוד דעם זון, דער גיט נישט אפ כבוד דעם פאטער, וואס האט אים געשיקט.


און ער האט געזאגט: האר, איך גלויב! און האט זיך געבוקט צו אים.


און ווידער, ווען ער ברענגט אריין דעם בכור אין דער וועלט, זאגט ער: און זאלן זיך צו אים בוקן אלע מלאכים פון ה׳. (תהלים צז, ז.)


איך, יהושע/ישוע, האב געשיקט מיין מלאך, עדות צו זאגן צו אייך די דאזיקע זאכן פאר די קהלות. איך בין דער שורש און דער צמח (יהושע; זכריה ג, ח; ו, יא-יב.) פון דוד (ישעיהו יא, א, י.), דער העלער מארגנשטערן.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ