14 און ער איז אויפגעשטאנען און האט גענומען דאס קינד און זיין מוטער ביינאכט, און איז אוועק קיין מצרים.
און ווען יוסף איז אויפגעשטאנען פון שלאף, האט ער געטאן, ווי דער מלאך פון דעם האר (ג‑ט) האט אים באפוילן, און ער האט גענומען צו זיך זיין ווייב;
און נאך זייער אוועקגיין, זע, א מלאך פון דעם האר (ג‑ט) באווייזט זיך צו יוספן אין א חלום, אזוי צו זאגן: שטיי אויף און נעם דאס קינד און זיין מוטער, און אנטלויף קיין מצרים, און זיי דארטן, ביז איך וועל דיר זאגן; מחמת הורדוס וועט זוכן דאס קינד, כדי עס אומצוברענגען.
און איז דארט געווען ביז הורדוס איז געשטארבן, כדי עס זאל דערפילט ווערן, וואס עס איז געזאגט געווארן פון דעם האר דורך דעם נביא, אזוי צו זאגן: פון מצרים האב איך גערופן מיין זון. (הושע יא, א.)
און זיי זענען צוגעקומען, האבן אים אויפגעוועקט, אזוי צו זאגן; האר, האר, מיר זענען פארלוירן! ער אבער איז אויפגעשטאנען, האט אנגעשריגן דעם ווינט און די שטורמדיקע כוואליעס וואסער; און זיי האבן זיך געלייגט, און עס איז געווארן שטיל.
צוליב דעם דאזיקן האבן מיך יידן געכאפט אינם בית המקדש, און האבן פארזוכט מיך צו טייטן.