Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מתתיהו 2:13 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

13 און נאך זייער אוועקגיין, זע, א מלאך פון דעם האר (ג‑ט) באווייזט זיך צו יוספן אין א חלום, אזוי צו זאגן: שטיי אויף און נעם דאס קינד און זיין מוטער, און אנטלויף קיין מצרים, און זיי דארטן, ביז איך וועל דיר זאגן; מחמת הורדוס וועט זוכן דאס קינד, כדי עס אומצוברענגען.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מתתיהו 2:13
29 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און טראכטנדיק אזוי וועגן דעם, זע, א מלאך פון דעם האר (ה׳) האט זיך באוויזן צו אים אין א חלום, אזוי צו זאגן: יוסף בן דוד, פארכט דיך נישט צו נעמען מרים, דיין ווייב; מחמת דאס, וואס איז אין איר געשאפן געווארן, איז פונם רוח הקודש.


און ווען זיי פארפאלגן אייך אין דער דאזיקער שטאט, אנטלויפט אין דער אנדערער אריין. מחמת באמת זאג איך אייך: איר וועט נישט דורכגיין די שטעט פון ישראל, ביז דער בר אנש וועט קומען.


און ווערנדיק געווארנט אין א חלום, זיך נישט אומצוקערן צו הורדוסן, זענען זיי אוועק אויף אן אנדערן וועג אין זייער אייגן לאנד אריין.


און ער איז אויפגעשטאנען און האט גענומען דאס קינד און זיין מוטער ביינאכט, און איז אוועק קיין מצרים.


דעמאלט האט הורדוס געזען, אז ער איז געווארן אפגעשפאט פון די שטערנזעער, איז ער געווארן שרעקלעך צארנדיק, און האט געשיקט, און געלאזט טייטן אלע יינגלעך, וואס זענען געווען אין בית‑לחם און אין אלע אירע געגנטן, פון צוויי יאר און יונגער, לויט דער צייט, וואס ער האט גענוי אויסגעפונען פון די שטערנזעער.


נאר הערנדיק, אז ארכעלאוס קעניגט איבער יהודה אויפן ארט פון זיין פאטער הורדוס, האט ער זיך געפארכטן דארט אהינצוגיין; און נאך דעם ווי ער איז געווארנט געווארן אין א חלום, איז ער אוועק אין די מקומות פון גליל,


האבן זיי געזאגט: קארנעליוס, אן אפיציר, אן איש צדיק און ירא שמים, און וואס האט א גוטן שם ביים גאנצן יידישן פאלק, האט באקומען א באפעל פון א הייליקן מלאך, צו שיקן דיך רופן אין זיין הויז אריין, און צו הערן רייד פון דיר.


און ווי דער מלאך, וואס האט גערעדט צו אים, איז אוועק, האט ער גערופן צוויי פון זיינע דינער, און א ג‑טספארכטיקן זעלנער פון די, וועלכע זענען תמיד ביי אים געווען;


און קומענדיק צו זיך, האט פעטרוס געזאגט: איצט ווייס איך באמת, אז דער האר האט ארויסגעשיקט זיין מלאך און מיך מציל געווען פון דער האנט פון הורדוס און דעם גאנצן פלאן פון יידישן פאלק.


און זע, א מלאך פונם האר איז געקומען, און א ליכט האט אויפגעלויכטן אין דער קאמער; און ער האט א קלאפ געטאן פעטרוסן אויף דער זייט און אים אויפגעוועקט, און געזאגט: שטיי אויף געשווינד. און די קייטן זענען אים אראפגעפאלן פון די הענט.


און דער תפיסה שומר האט דערציילט די דאזיקע ווערטער צו פוילוסן: די פרעטארן האבן געשיקט, אז מען זאל אייך אפלאזן; קומט זשע איצט ארויס, און גייט אייך לשלום.


און א מלאך פון דעם האר (ה׳) האט ביינאכט אויפגעעפנט די טירן פון דעם געפענקעניש, און זיי ארויסגעפירט, און געזאגט:


דער דאזיקער האט געהאנדלט מיט כיטרעקייט קעגן אונדזער פאלק, און געפייניקט אונדזערע עלטערן, אז זיי זאלן ארויסווארפן זייערע נייגעבוירענע קינדער, כדי זיי זאלן נישט בלייבן לעבן.


און די צוויי פליגל פון דעם גרויסן אדלער זענען געגעבן געווארן דער פרוי, כדי זי זאל אוועקפליען אין דער מדבר אריין אויף איר ארט, וואו זי ווערט געשפייזט א צייט און צייטן און א האלבע צייט, ווייט פון דעם פנים פון דער שלאנג.


און איר וויידל ציט אראפ א דריט חלק פון די שטערן פון הימל, און האט זיי געשליידערט אויף דער ערד; און די שלאנג האט זיך געשטעלט פאר דער פרוי, וועלכע האט געהאלטן ביים געבוירן, כדי ווען זי וועט האבן איר קינד, זאל זי (די שלאנג) עס איינשלינגען.


און די פרוי איז אנטרונען אין דער מדבר אריין, וואו זי האט געהאט אן ארט צוגעגרייט פון ה׳, כדי מען זאל זי דארט דערנערן טויזנט צוויי הונדערט און זעכציק טעג.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ