10 און זעענדיק דעם שטערן, האבן זיי זיך געפריידט מיט א זייער גרויסער שמחה.
און זענען אריינגעגאנגען אין הויז און האבן געזען דאס קינד מיט מרים, זיין מוטער; און זענען אנידערגעפאלן און האבן זיך געבוקט צו אים; און האבן אויפגעעפנט זייערע אוצרות און אים געברענגט מתנות, גאלד און וויירויך און מירע.
און זיי, האבנדיק געהערט דעם קעניג, האבן זיך געווענדט אויף זייער וועג; און זע, דער שטערן, וועלכן זיי האבן געזען אויפן מזרח, איז געגאנגען פאר זיי, ביז ער איז געקומען און זיך געשטעלט איבער דעם ארט, וואו דאס קינד איז געווען.
און דער מלאך האט צו זיי געזאגט: פארכט זיך נישט! ווארום זע, איך זאג אייך אָן א גוטע בשורה פון גרויסער פרייד, וועלכע איז פארן גאנצן פאלק;
און די פאסטוכער האבן זיך אומגעקערט אפגעבנדיק כבוד צו ה׳ און לויבנדיק אים פאר אלעם, וואס זיי האבן געהערט און געזען, אזוי ווי עס איז צו זיי גערעדט געווארן.