1 און ווען יהושע/ישוע איז געבוירן געווארן אין בית‑לחם יהודה, אין די טעג פון קעניג הורדוס, זע, שטערנזעער פונם מזרח זענען אנגעקומען קיין ירושלים,
און האט זיך מיט איר נישט באהאפטן, ביז זי האט געבוירן א זון, און ער האט גערופן זיין נאמען יהושע/ישוע.
דעמאלט האט הורדוס געזען, אז ער איז געווארן אפגעשפאט פון די שטערנזעער, איז ער געווארן שרעקלעך צארנדיק, און האט געשיקט, און געלאזט טייטן אלע יינגלעך, וואס זענען געווען אין בית‑לחם און אין אלע אירע געגנטן, פון צוויי יאר און יונגער, לויט דער צייט, וואס ער האט גענוי אויסגעפונען פון די שטערנזעער.
ווען אבער הורדוס איז שוין געווען טויט, זע, א מלאך פון דעם האר (ג‑ט) באווייזט זיך אין א חלום צו יוספן אין מצרים,
און ווי דער קעניג הורדוס האט דאס געהערט, האט ער זיך דערשראקן און גאנץ ירושלים מיט אים.
און זיי האבן צו אים געזאגט: אין בית‑לחם יהודה; מחמת אזוי איז געשריבן געווארן דורך דעם נביא.
דערנאך האט הורדוס שטילערהייט גערופן די שטערנזעער, און גרינטלעך אויסגעפארשט ביי זיי די צייט, ווען דער שטערן האט זיך באוויזן.
עס איז געווען אין די טעג פון הורדוס, קעניג פון יהודה, א געוויסער כהן, וואס האט געהייסן זכריה, פון דעם משמר פון אביה; און ער האט געהאט א ווייב פון די טעכטער פון אהרן, און זי האט געהייסן אלישבע.
אז אייך איז היינט געבוירן געווארן א גואל, וועלכער איז משיח, דער האר, אין דער שטאט פון דוד. (מיכה ה, א.)
און עס איז געשען, ווי די מלאכים זענען פון זיי אוועק אין הימל אריין, האבן די פאסטוכער געזאגט איינער צום אנדערן: לאמיר איצט גיין קיין בית‑לחם, און זען די דאזיקע זאך, וואס איז געשען, וועלכע דער האר (ה׳) האט אונדז צו וויסן געטאן.
צי האט דען נישט דער פסוק געזאגט, אז פון דער זרע דוד און פון בית‑לחם דעם דארף, וואו דוד איז געווען, קומט דער משיח? (שמואל ב ז, יב; מיכה ה, א.)