9 און איך זאג אייך: ווער עס גט זיך מיט זיין ווייב, אחוץ צוליב זנות, און האט חתונה מיט אן אנדערער, דער איז מזנה; און ווער עס האט חתונה מיט א גרושה, דער איז מזנה.
זאגן די תלמידים צו אים: אויב די זאך איז אזוי צווישן מאן און ווייב, טויג נישט חתונה צו האבן.
זאגט ער צו זיי: משה האט אייך דערלויבט צו גטן אייערע ווייבער, מחמת דער הארטקייט פון אייער הארץ; פון אנהויב איז עס אבער נישט אזוי געווען.
איך אבער זאג אייך, אז יעדער איינער, וואס שיידט זיך פון זיין ווייב, אחוץ צוליב א פאל פון זנות, מאכט ער זי מזנה צו זיין. און ווער עס האט חתונה מיט א גרושה, דער איז מזנה.
יעדער איינער, וואס גט זיך מיט זיין ווייב און האט חתונה מיט אן אנדערער, איז מזנה; און ווער עס האט חתונה מיט א פרוי, וואס איז געגט פון איר מאן, דער איז מזנה.
אומעטום הערט מען וועגן זנות ביי אייך, און אזא זנות, וואס (טרעפט זיך) אפילו נישט ביי די אומות (העולם), אז עמיצער זאל האבן דעם פאטערס ווייב.
א פרוי איז געבונדן כל זמן דער מאן אירער לעבט; און ווען איר מאן שטארבט, איז זי פריי חתונה צו האבן מיט וועמען זי וויל; נאר אינם האר.
די פרוי האט נישט קיין דעה צו זאגן איבער איר אייגן לייב, נאר דער מאן; און פונקט אזוי האט דער מאן נישט קיין דעה צו זאגן איבער זיין אייגן לייב, נאר די פרוי.