Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מתתיהו 18:3 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

3 און געזאגט: באמת זאג איך אייך: אויב איר וועט זיך נישט אומקערן, און ווערן ווי די קינדער, וועט איר בשום אופן נישט אריינגיין אין דעם מלכות השמים!

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מתתיהו 18:3
28 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

מחמת פעט געווארן איז דאס הארץ פון דעם דאזיקן פאלק, און מיט די אויערן הערן זיי שווער, און זייערע אויגן האבן זיי צוגעמאכט; טאמער וואלטן זיי געזען מיט די אויגן, און מיט די אויערן געהערט, און מיטן הארצן פארשטאנען, און זיך אומגעקערט, און איך וואלט זיי געהיילט. (ישעיהו ו, ט-י.)


און ער האט גערופן צו זיך א קינד, און האט עס געשטעלט אין זייער מיט,


דעריבער ווער עס וועט זיך אליין דערנידעריקן ווי דאס דאזיקע קינד, דער איז דער גרעסטער אין מלכות השמים.


יהושע/ישוע אבער האט געזאגט: לאזט די קינדער קומען צו מיר, און שטערט זיי נישט; מחמת צו אזעלכע געהערט דאס מלכות השמים.


און יהושע/ישוע האט געזאגט צו זיינע תלמידים: באמת זאג איך אייך: עס איז שווער פאר אן עושר אריינצוגיין אין דעם מלכות השמים.


מחמת באמת זאג איך אייך, ביז דער הימל און די ערד וועלן פארגיין, וועט קיין איין יוד, אדער א קוצי של יוד פון דער תורה נישט בטל ווערן, ביז אלץ איז געשען.


מחמת איך זאג אייך, אז אויב אייער צדקות וועט נישט איבערשטייגן די צדקות פון די סופרים און די פרושים, וועט איר בשום אופן נישט אריינגיין אינם מלכות השמים.


און ווען איר פאסט, זאלט איר נישט זיין ווי די צבועקעס, מיט א זויער פנים; מחמת זיי פארפינסטערן זייערע פנימער, כדי זיך צו באווייזן פאר מענטשן, אז זיי פאסטן. באמת זאג איך אייך, זיי האבן שוין זייער שכר.


דעריבער ווען דו טוסט א גמילות חסד, לאז נישט אויסטראמפייטערן פאר דיר, ווי די צבועקעס טאן אין די שולן און אויף די גאסן, כדי געלויבט צו ווערן פון לייטן. באמת זאג איך אייך, זיי האבן שוין זייער שכר.


און ווען איר טוט תפילה, זאלט איר נישט זיין ווי די צבועקעס, ווייל זיי האבן ליב תפילה צו טאן ווען זיי שטייען אין די שולן און אויף די עקן פון די גאסן, כדי זיך צו באווייזן פאר מענטשן. באמת זאג איך אייך, זיי האבן שוין זייער שכר.


כדי קוקנדיק זאלן זיי קוקן און נישט זען, און הערנדיק זאלן זיי הערן און נישט באנעמען; טאמער וועלן זיי תשובה טאן און עס וועט זיי פארגעבן ווערן. (ישעיהו ו, ט-י.)


שטרעבט אריינצוגיין דורך דעם ענגן טויער, ווייל א סך, זאג איך אייך, וועלן זוכן אריינצוגיין און וועלן נישט קענען.


איך אבער האב מתפלל געווען פאר דיר, אז דיין אמונה זאל זיך נישט אויסלאזן; און דו, ווען דו וועסט האבן תשובה געטאן, שטארק דיינע ברידער!


און זאגט צו אים: באמת, באמת זאג איך אייך: איר וועט זען דעם הימל אפן, און די מלאכים פון ה׳ ארויפגיין און אראפקומען אויף דעם בר אנש.


האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: באמת, באמת זאג איך דיר: אויב איינער ווערט נישט ווידער געבוירן, קען ער נישט זען דאס קעניגרייך פון ה׳.


האט יהושע/ישוע געענטפערט: באמת, באמת זאג איך דיר: אויב איינער ווערט נישט געבוירן פון וואסער און פון גייסט (וואשנדיק פון התחדשות), קען ער נישט אריינגיין אין דעם קעניגרייך פון ה׳.


שטארקענדיק די זעלן פון די תלמידים, און מזהיר זייענדיק זיי צו בלייבן אין דער אמונה, און אז דורך פיל צרות מוזן מיר אריינקומען אין דעם מלכות פון ה׳.


ווייל פעט געווארן איז דאס הארץ פון דעם דאזיקן פאלק, און מיט די אויערן הערן זיי שווער, און די אויגן זייערע האבן זיי געשלאסן, טאמער וואלטן זיי געזען מיט די אויגן, און מיט די אויערן געהערט, און וואלטן פארשטאנען מיטן הארצן און תשובה געטאן (צו דרך ה׳), און איך וואלט זיי געהיילט. (ישעיהו ו, ט-י.)


דעריבער טוט תשובה און קערט אייך אום, כדי אייערע זינד זאלן אויסגעמעקט ווערן,


ברידער, זייט נישט קיין קינדער מיטן פארשטאנד; נאר וואס שייך בייז זייט זייגעדיקע קינדער, מיטן פארשטאנד אבער דערוואקסענע (מענטשן).


ווי נאר וואס געבוירענע עופהלעך, זאלט איר באגערן די גייסטיקע, נישט געפעלשטע מילך, כדי איר זאלט אויפוואקסן דורך דער זעלביקער צו ישועה,


ווארום אָט אזוי וועט אייך רייכלעך געגעבן ווערן דער אריינגאנג אין דעם אייביקן מלכות פון אונדזער האר און גואל יהושע/ישוע המשיח.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ