Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מתתיהו 18:11 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

11 (מחמת דער בר אנש איז געקומען, כדי צו ראטעווען דאס, וואס איז פארלוירן געגאנגען.)

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מתתיהו 18:11
12 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

נאר גייט ליבער צו די פארלוירענע שעפעלעך פון דעם הויז ישראל.


ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: איך בין נישט געשיקט געווארן אחוץ צו די פארלוירענע שעפעלעך פון דעם הויז ישראל.


וואס מיינט איר? ווען א געוויסער מאן האט הונדערט שאף, און איינע פון זיי וועט פארבלאנדזשען, צי וועט ער דען נישט איבערלאזן די ניין און ניינציק אויף די בערג, און גיין זוכן די פארבלאנדזשעטע?


ווען אבער ער האט דאס געהערט, האט ער געזאגט: די געזונטע דארפן נישט האבן קיין רופא, נאר די קראנקע.


ווייל דער דאזיקער זון מיינער איז געווען טויט, און איז ווידער לעבעדיק געווארן; ער איז געווען פארלוירן, און איז געפונען געווארן. און זיי האבן אנגעהויבן זיך משמח צו זיין.


מען האט זיך אבער געדארפט לאזן וואוילגיין און משמח זיין; ווייל דער דאזיקער ברודער דיינער איז געווען טויט, און איז לעבעדיק געווארן; און ער איז געווען פארלוירן און איז ווידער געפונען געווארן!


ווארום דער בר אנש איז געקומען צו זוכן און צו ראטעווען דאס, וואס איז פארלוירן געגאנגען.


און זיי זענען געגאנגען אין אן אנדער דארף אריין.


דער גנב קומט נישט אחוץ כדי צו גנבענען און הרגענען און צו פארדארבן; איך בין געקומען, כדי זיי זאלן האבן לעבן, און אז זיי זאלן האבן א שפע.


און אויב עמיצער הערט מיינע רייד, און היט זיי נישט, וועל איך אים נישט משפטן; ווארום איך בין נישט געקומען, כדי איך זאל משפטן די וועלט, נאר כדי איך זאל ראטעווען די וועלט.


ווארום ה׳ האט נישט געשיקט זיין זון אין דער וועלט אריין, כדי צו משפטן די וועלט, נאר כדי די וועלט זאל דורך אים געראטעוועט ווערן.


באגלויבט איז דאס ווארט, און ראוי אינגאנצן אנגענומען צו ווערן, אז משיח יהושע/ישוע איז געקומען אין דער וועלט אריין צו ראטעווען חוטאים, פון וועלכע איך בין דער ערשטער;


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ