6 און ווי די תלמידים האבן עס געהערט, זענען זיי אנידערגעפאלן אויף זייערע פנימער, און האבן זיך זייער געפארכטן.
און בשעת ער האט נאך גערעדט, זע, א ליכטיקער וואלקן האט זיי באשאטנט; און זע, א קול אויס דעם וואלקן האט געזאגט: דאס איז מיין געליבטער זון, אין וועמען איך האב א וואוילגעפעלן; אים זאלט איר הערן!
און יהושע/ישוע איז צוגעגאנגען און האט זיי אנגערירט און געזאגט: שטייט אויף, און האט נישט קיין מורא!
און איך בין אנידערגעפאלן אויף דער ערד, און האב געהערט א קול זאגן צו מיר: שאול, שאול, וואס פארפאלגסטו מיך?
און ווען מיר אלע זענען אנידערגעפאלן אויף דער ערד. האב איך געהערט א קול, וואס האט צו מיר געזאגט אויף לשון קודש: שאול, שאול וואס פארפאלגסטו מיך? עס איז שווער פאר דיר צו שטויסן קעגן שפיציקע שטעקנס.
און מיר האבן געהערט דאס דאזיקע קול קומען פון הימל, בשעת מיר זענען געווען מיט אים אויף דעם הייליקן בארג.