Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מתתיהו 17:20 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

20 און ער זאגט צו זיי: צוליב אייער קליינגלויביקייט! מחמת באמת זאג איך אייך: אויב איר וואלט געהאט אמונה ווי א זענעפט קערנדל, וואלט איר געזאגט צו דעם דאזיקן בארג: הויב דיך אויף פונדאנען דארטן אהין! און ער וואלט זיך אויפגעהויבן, און קיין זאך וואלט נישט געווען אוממעגלעך פאר אייך.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מתתיהו 17:20
19 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

אן אנדער משל האט ער פאר זיי פארגעלייגט, אזוי צו זאגן: דאס מלכות השמים איז גלייך צו א זענעפט קערנדל, וואס א מענטש האט גענומען, און געזייט אין זיין פעלד.


און ער האט געזאגט: קום! און פעטרוס איז אראפגעגאנגען פון שיפל, און איז געגאנגען אויפן וואסער, און געקומען צו יהושען/ישוען.


און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק געזאגט: אָ אומגלויביק און פארקרימט דור! ווילאנג זאל איך זיין ביי אייך? ווילאנג זאל איך אייך דערטראגן? ברענגט אים אהער צו מיר!


דעמאלט זענען די תלמידים צוגעגאנגען צו יהושען/ישוען, ווען זיי זענען געווען מיט אים אליין, און האבן געזאגט: פארוואס זענען מיר נישט געווען ביכולת אים ארויסצוטרייבן?


און בשעת זיי זענען אראפגעגאנגען פון בארג, האט יהושע/ישוע זיי באפוילן, אזוי צו זאגן: זאגט קיינעם נישט פון דער זעאונג, ביז דער בר אנש איז אויפגעשטאנען פון די טויטע.


יהושע/ישוע אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: באמת זאג איך אייך: ווען איר זאלט האבן אמונה, און נישט צווייפלען, וועט איר טאן נישט נאר דאס מיט דעם פייגנבוים, נאר אפילו אויב איר וועט זאגן צו דעם דאזיקן בארג: הייב דיך אויף און ווארף דיך אין ים אריין, וועט עס געשען.


און ער זאגט צו זיי: וואס זענט איר אזוי אנגעשראקן, איר קליינגלויביקע? דאן איז ער אויפגעשטאנען, און האט אנגעשריגן די ווינטן און דעם ים; און עס איז געווארן א גרויסע שטילקייט.


און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: האט אמונה אין ה׳!


באמת זאג איך אייך: ווער עס וועט זאגן צום דאזיקן בארג: הויב דיך אויף און ווארף דיך אין ים אריין! און וועט נישט זיין מסופק אין זיין הארצן, נאר וועט גלויבן, אז וואס ער זאגט וועט געשען, וועט עס (אזוי) זיין פאר אים.


עס איז ווי א זענעפט קערנדל, וואס, ווען עס איז פארזייט אין דער ערד, הגם עס איז דאס קלענסטע פון אלע זריעות,


יהושע/ישוע אבער האט צו אים געזאגט: אויב דו ביסט בכוח? אלץ איז מעגלעך פאר דעם, וואס גלויבט.


ווייל קיין זאך איז נישט אוממעגלעך פאר ה׳.


און דער האר האט געזאגט: אויב איר וואלט געהאט אמונה ווי א זענעפט קערנדל, וואלט איר געזאגט צו דעם דאזיקן פייגנבוים: ווארצל דיך אויס און פארפלאנץ דיך אינם ים; און ער וואלט אייך געהארכט.


ער אבער האט געזאגט: דאס, וואס איז ביי מענטשן אוממעגלעך, איז יא מעגלעך ביי ה׳.


זאגט יהושע/ישוע צו איר; צי האב איך דיר דען נישט געזאגט, אז אויב דו וועסט גלויבן, וועסטו זען דעם כבוד פון ה׳?


אן אנדערן אמונה אין דעם זעלביקן גייסט; און אן אנדערן מתנות פון רפואות, דורך דעם איינעם גייסט;


און ווען איך האב נבואה און קען אלע סודות און יעדע דערקענטעניש; און האב אפילו די גאנצע אמונה, אזש צו קענען איבערשטעלן בערג, האב אבער נישט קיין ליבע, בין איך גארנישט.


און מיר זען, אז צוליב אומגלויבן האבן זיי נישט געקענט אריינקומען.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ