16 און איך האב אים געברענגט צו דיינע תלמידים, און זיי האבן אים נישט געקענט אויסהיילן.
און געזאגט: האר, דערבארם דיך אויף מיין זון; ווייל ער איז א חולי‑נופל, און ליידט שווער; מחמת אפטמאל פאלט ער אין פייער אריין, און אפטמאל אין וואסער אריין.
און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק געזאגט: אָ אומגלויביק און פארקרימט דור! ווילאנג זאל איך זיין ביי אייך? ווילאנג זאל איך אייך דערטראגן? ברענגט אים אהער צו מיר!
און איך האב שוין געבעטן דיינע תלמידים, אז זיי זאלן אים ארויסטרייבן, און זיי זענען נישט געווען ביכולת.
און דורך דער אמונה אין זיין נאמען, האט זיין נאמען געשטארקט דעם דאזיקן, וואס איר זעט (דא) און קענט; און דער גלויבן, וואס איז דורך אים, האט אים געגעבן די פולע געזונטהייט פאר אייך אלעמען.