11 ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: אליהו קומט טאקע, און וועט אלץ צוריקשטעלן;
און די תלמידים האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: און פארוואס זאגן די סופרים, אז אליהו דארף צום ערשט קומען?
נאר איך זאג אייך, אז אליהו איז שוין געקומען, און זיי האבן אים נישט דערקענט, נאר געמאכט מיט אים, וואס זיי האבן געוואלט. אָט אזוי וועט אויך דער בר אנש האבן צו ליידן פון זיי.
דעריבער, ווען זיי זענען זיך צוזאמענגעקומען, האבן זיי אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: האר, צי וועסטו אין דער דאזיקער צייט ווידער אויפריכטן דאס מלכות צו ישראל?
וועמען דער הימל מוז אויפנעמען ביז צו דער צייט, ווען אלץ וועט צוריקגעשטעלט ווערן, פון וועלכן ה׳ האט גערעדט פון אייביק אָן דורך דעם מויל פון זיינע הייליקע נביאים.