10 און די תלמידים האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: און פארוואס זאגן די סופרים, אז אליהו דארף צום ערשט קומען?
און אויב איר ווילט עס אננעמען, איז ער אליהו, וואס דארף קומען.
און זיי האבן געזאגט: אייניקע (זאגן) יוחנן פון דער (ירדן) מקווה; אנדערע אבער, אליהו; נאך אנדערע ירמיהו, אדער איינער פון די נביאים.
ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: אליהו קומט טאקע, און וועט אלץ צוריקשטעלן;
און האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: די סופרים זאגן, אז אליהו מוז קומען צום ערשט. (מלאכי ד, ה-ו.)
און זיי האבן אים געפרעגט: טאָ ווער דען? צי ביסטו אליהו? און ער זאגט: איך בין עס נישט. צי ביסטו דער נביא? און ער האט געענטפערט: ניין.
און זיי האבן אים געפרעגט, און געזאגט צו אים: טאָ פארוואס ביסטו טובל אין א מקווה, אויב דו ביסט נישט דער משיח, אויך נישט אליהו, און נישט דער נביא?