Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מתתיהו 16:8 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

8 און ווען יהושע/ישוע האט זיך דערוואוסט, האט ער געזאגט: אָ איר קליינגלויביקע, וואס רעדט איר צווישן זיך, ווייל איר האט נישט קיין ברויט?

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מתתיהו 16:8
9 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און יהושע/ישוע האט גלייך אויסגעשטרעקט זיין האנט, האט אים אנגעכאפט, און זאגט צו אים: דו קליינגלויביקער, פארוואס האסטו געצווייפלט?


און זיי האבן עס איבערגעלייגט צווישן זיך, און געזאגט: דאס איז ווייל מיר האבן נישט מיטגענומען קיין ברויט.


און אויב ה׳ קליידט אזוי אָן דאס גראז פון פעלד, וואס היינט איז עס דא, און צומארגנס ווערט עס געווארפן אין אויוון אריין, וועט ער דען נישט פיל מער אייך (קליידן), איר קליינגלויביקע?


און ער זאגט צו זיי: וואס זענט איר אזוי אנגעשראקן, איר קליינגלויביקע? דאן איז ער אויפגעשטאנען, און האט אנגעשריגן די ווינטן און דעם ים; און עס איז געווארן א גרויסע שטילקייט.


דערנאך האט ער זיך באוויזן צו די עלף אליין, בשעת זיי זענען געזעסן ביים טיש, און האט זיי פארגעווארפן זייער אומגלויבן און הארטקייט פון הארצן, ווייל זיי האבן נישט געגלויבט די, וואס האבן אים געזען אן אויפגעשטאנענעם.


איצט ווייסן מיר, אז דו ווייסט אלץ, און דארפסט נישט, אז עמיצער זאל דיך פרעגן; דורך דעם גלויבן מיר, אז דו ביסט ארויסגעקומען פון ה׳.


און פאר אים איז נישט פאראן קיין באהאלטענע באשעפעניש, נאר אלץ איז בולט און אויפגעדעקט פאר זיינע אויגן, פאר וועמען מיר וועלן אפגעבן דין וחשבון.


און אירע קינדער וועל איך אומברענגען מיט דעם טויט; און אלע קהלות וועלן וויסן, אז איך בין דער, וועלכער פארשט אויס די נירן און הערצער; און וועל אייך געבן יעדן איינעם לויט אייערע מעשים.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ