3 און אינדערפרי: היינט וועט זיין שטורמדיק, מחמת דער הימל רויטלט זיך און איז טריב. דאס אויסזען פון הימל פארשטייט איר אונטערצושיידן; נאר די צייכנס פון דער צייט קענט איר נישט!
בלינדע זען, און לאמע גייען ארום, מצורעדיקע ווערן גערייניקט, און טויבע הערן, און טויטע שטייען אויף, און צו ארעמעלייט ווערט אנגעזאגט די גוטע בשורה.
איר צבועקעס! וואויל האט ישעיה אויף אייך נבואות געזאגט, אזוי צו זאגן:
יהושע/ישוע האט אבער פארשטאנען זייער בייזוויליקייט, און האט געזאגט: וואס פרואווט איר מיך אויס, צבועקעס?
וויי איז אבער צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר פארשליסט דאס מלכות השמים פאר די מענטשן. ווארום איר גייט נישט אריין, און די אריינקומענדיקע לאזט איר נישט אריינגיין.
און ער איז ארומגעגאנגען אין גאנץ גליל, לערנענדיק אין זייערע שולן, און אויסרופנדיק די גוטע בשורה פונם מלכות, און היילנדיק אלע קראנקייטן און שלאפקייטן צווישן דעם פאלק.
דו צבועק, ווארף צום ערשט ארויס דעם קלאץ פון דיין אויג; און דעמאלט וועסטו זען קלאר ארויסצונעמען דאס שפענדל פון דיין ברודערס אויג.
וויי איז צו אייך, אז איר זענט ווי קברים, וואס מען דערקענט נישט; און די מענטשן, וואס גייען ארום אויף זיי, ווייסן עס נישט!
איר צבועקעס, דאס אויסזען פון דער ערד און פון דעם הימל ווייסט איר אויסצופארשן; און ווי איז עס וואס איר פארשט נישט די דאזיקע צייט?
אבער דער האר האט אים געענטפערט און געזאגט: צבועקעס, צי בינדט דען נישט יעדער איינער פון אייך אויף אום שבת דעם אקס זיינעם אדער דאס אייזל פון דער קאריטע און פירט עס אוועק אנצוטרינקען?
שטארקע מאכלים אבער זענען פאר דערוואקסענע, וועלכע האבן דורך געברויך אויסגעאיבטע חושים, אונטערצושיידן צווישן גוטס און שלעכטס.