6 דער איז מער נישט מחייב אפצוגעבן כבוד זיין פאטער אדער זיין מוטער. און איר האט אפגעשאפט ה׳ס ווארט דורך אייער מסורה.
און איר זאגט: ווער עס וועט זאגן צום פאטער אדער צו דער מוטער: דאס איז א קרבן, וואס דו וואלסט פון מיר געקענט נהנה זיין,
איר צבועקעס! וואויל האט ישעיה אויף אייך נבואות געזאגט, אזוי צו זאגן:
איר מאכט צונישט ה׳ס ווארט דורך אייער מסורה, וועלכע איר האט איבערגעגעבן; און א סך אזעלכע זאכן טוט איר.
צי מאכן מיר דען די תורה בטל דורך אמונה? חס ושלום! נאר מיר באשטעטיקן די תורה.
אויב א גלויביקע (פרוי) האט אלמנות ביי זיך, זאל זי זיי פארזארגן, און נישט פאלן צו לאסט דער קהלה; כדי צו קענען פארזארגן די ווירקלעכע אלמנות.
אויב אבער עמיצער זארגט נישט פאר זיינע קרובים, און איבערהויפט פאר זיינע בני בית, האט ער פארלייקנט די אמונה, און איז ערגער פון אן אומגלויביקן.