2 פארוואס זענען דיינע תלמידים עובר אויף דער מסורה פון די זקנים? מחמת זיי וואשן זיך נישט די הענט, ווען זיי עסן ברויט.
ער אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: פארוואס זענט איר אויך עובר ה׳ס געבאט צוליב אייער מסורה?
און זיי האבן געזען, אז אייניקע פון זיינע תלמידים עסן ברויט מיט טמא הענט, דאס הייסט אומגעוואשן;
און די פרושים און די סופרים האבן אים געפרעגט; פארוואס פירן זיך דיינע תלמידים נישט אויף לויט דער מסורה פון די זקנים, נאר עסן ברויט מיט טמא הענט?
און דער פרוש האט זיך געוואונדערט, זעענדיק, אז ער האט זיך נישט צו ערשט געוואשן פארן עסן.
און בין איבערגעשטיגן אין דעם יידישן דת העכער פון א סך מיינסגלייכן אין יארן צווישן מיין פאלק, זייענדיק א זייער גרויסער קנאי פאר דער מסורה פון מיינע אבות.
גיט אכטונג, אז עס זאל אייך קיינער נישט נעמען געפאנגען דורך דער פילאזאפיע און פוסטן באטרוג, לויט דער קבלה פון מענטשן, לויט די יסודותדיקע כללים פון דער וועלט, און נישט לויט משיחן;
וויסנדיק, אז נישט מיט פארדארבלעכע זאכן, מיט זילבער אדער גאלד, זענט איר אויסגעלייזט געווארן פון אייער נישטיקן שטייגער לעבן, וואס איז אייך איבערגעגעבן געווארן פון אייערע עלטערן;