18 די זאכן אבער וואס קומען ארויס פון מויל קומען אויסן הארצן ארויס; און זיי מאכן דעם מענטשן טמא.
איר שלאנגענקינדער, ווי אזוי קענט איר רעדן גוטס, זייענדיק (אליין) בייז? מחמת פון דער שפע פון דעם הארץ, רעדט דאך דאס מויל.
נישט דאס, וואס גייט אריין אין מויל, מאכט דעם מענטשן טמא; נאר דאס, וואס קומט ארויס פון מויל, דאס דאזיקע מאכט טמא דעם מענטשן.
צי זעט איר דען נישט איין, אז אלץ, וואס גייט אריין אין מויל, נידערט אראפ אין בויך, און ווערט ארויסגעווארפן אין בית הכסא אריין?
און האט געזאגט: וואס עס קומט ארויס פון דעם מענטשן, דאס איז דעם מענטשן מטמא.
זאגט ער צו אים: אויס דיין אייגן מויל וועל איך דיך משפטן, דו געמיינער קנעכט! דו האסט געוואוסט, אז איך בין א שטרענגער מענטש, איך נעם, וואס איך האב נישט אנידערגעלייגט, און שנייד, וואס איך האב נישט פארזייט;