8 און ווייל זי איז געווען פון פריער אנגערעדט פון איר מוטער, האט זי געזאגט: גיב מיר דא אויף א טעלער יוחנן פון דער (ירדן) מיקווהס קאפ.
און זיין קאפ איז געברענגט געווארן אויף א טעלער, און געגעבן געווארן דעם מיידל, און זי האט אים געברענגט צו איר מוטער.
דערפאר האט ער צוגעזאגט מיט א שבועה, איר צו געבן, וואס זי וועט פארלאנגען.
און דער קעניג איז טרויעריק געווארן; נאר צוליב די שבועות און די געסט, האט ער באפוילן עס זאל געגעבן ווערן.
און זי איז ארויסגעגאנגען, און האט געזאגט צו איר מוטער: וואס זאל איך בעטן? און זי האט געזאגט: יוחנן פון דער (ירדן) מיקווהס קאפ!
און זי איז תיכף אריינגעגאנגען גיך צום קעניג, און האט אים געבעטן, אזוי צו זאגן: איך פארלאנג, אז דו זאלסט מיר איצט געבן קאפ פון יוחנן פון דער (ירדן) מקווה אויף א טעלער!
און געברענגט זיין קאפ אויף א טעלער, און האט אים געגעבן דעם מיידל; און דאס מיידל האט אים געגעבן צו איר מוטער.