Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מתתיהו 14:6 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

6 נאר ווען מען האט געפייערט הורדוסנס געבוירנטאג, האט הורודיהס טאכטער געטאנצט פאר די געסט און איז הורדוסן וואוילגעפעלן.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מתתיהו 14:6
21 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

מחמת הורדוס האט דעם יוחנן געפאנגען גענומען, און אים געבונדן, און איינגעזעצט אין תפיסה, צוליב הורודיה, דאס ווייב פון זיין ברודער פיליפוס.


דערפאר האט ער צוגעזאגט מיט א שבועה, איר צו געבן, וואס זי וועט פארלאנגען.


אזוי צו זאגן: רבי, משה האט געזאגט: ווען עמיצער וועט שטארבן, נישט האבנדיק קיין קינדער, זאל זיין ברודער מיבם‑זיין זיין ווייב, און אויפשטעלן זאמען צו זיין ברודער.


און דער קעניג הורדוס האט געהערט וועגן דעם, (ווארום זיין נאמען איז באקאנט געווארן) און האט געזאגט: יוחנן פון דער (ירדן) מקווה איז אויפגעשטאנען פון די טויטע, און דערפאר ווירקן די כוחות אין אים!


ווארום הורדוס אליין האט געשיקט און געלאזט כאפן יוחנן, און האט אים געבונדן אין תפיסה צוליב הורודיה, דאס ווייב פון פיליפוס זיין ברודער, ווייל ער האט מיט איר חתונה געהאט.


און הורודיה האט אים פיינט געקריגן, און אים געוואלט טייטן, און האט נישט געקענט;


און ער האט זיי געווארנט, אזוי צו זאגן: גיט אכטונג, היט זיך פארן זויערטייג פון די פרושים און פארן זויערטייג פון הורדוסן!


אין דער זעלביקער שעה זענען צוגעקומען אייניקע פרושים און האבן געזאגט צו אים: גיי ארויס און גיי אוועק פונדאנען, ווייל הורדוס וויל דיך טייטן!


און הורדוס מיט זיינע זעלנער האבן אים פאראכט און אפגעשפאט פון אים, און אנטוענדיק אים אין א פראכטפול מלבוש, האט ער אים צוריקגעשיקט צו פילאטוסן. (ישעיהו נג, ז-ח.)


און דערוויסנדיק זיך, אז ער איז פון הורדוסנס ממשלה, האט ער אים אוועקגעשיקט צו הורדוסן, וועלכער איז אליין אויך געווען אין ירושלים אין די דאזיקע טעג.


און אין דעם פופצענטן יאר פון דער הערשאפט פון קיסר טיבעריוס, בעת פאנטיוס פילאטוס איז געווען גובערנאטאר פון יהודה, און הורדוס איז געווען טעטרארך פון גליל, און פיליפוס, זיין ברודער, איז געווען טעטרארך פון איטורעא און פון דער געגנט טראכאניטיס, און ליזיאנוס איז געווען טעטרארך פון אבילענע,


הורדוס אבער, דער טעטרארך, ווערנדיק געמוסרט פון אים וועגן הורודיה, זיין ברודערס ווייב, און וועגן אלע מעשים רעים, וואס הורדוס האט געטאן,


און יוחנה, דאס ווייב פון כוזא, א פארוואלטער ביי הורדוסן, און שושנה און א סך אנדערע, וואס האבן אים געדינט מיט זייער האב און גוטס.


און ארום יענער צייט האט דער קעניג הורדוס אויסגעשטרעקט די הענט צו פייניקן אייניקע פון דער קהלה.


ווארום באמת אין דער דאזיקער שטאט האבן זיך פארזאמלט קעגן דיין הייליקן קנעכט יהושע/ישוע, וועמען דו האסט געזאלבט, הורדוס און פאנטיוס פילאטוס מיט די אומות (העולם) און די פעלקער ישראל,


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ