5 און ער האט אים געוואלט טייטן, און האט זיך געפארכטן פאר דעם המון, ווייל מען האט אים געהאלטן פאר א נביא.
נאר וואס דען זענט איר ארויסגעגאנגען? צו זען א נביא? יא, איך זאג אייך, און מער ווי א נביא.
וועלן מיר אבער זאגן: פון מענטשן, מוזן מיר מורא האבן פאר דעם המון? מחמת אלע האלטן יוחנן פאר א נביא.
מחמת יוחנן איז געקומען צו אייך אויף דעם וועג פון גערעכטיקייט און איר האט נישט געגלויבט אין אים. די שטייער אויפמאנער אבער און די זונות האבן אים יא געגלויבט, און איר, הגם איר האט עס געזען, האט אפילו שפעטער נישט חרטה געהאט, כדי אים צו גלויבן.
וועלן מיר אבער זאגן: פון מענטשן, וועט דאס גאנצע פאלק אונדז שטייניקן, ווארום עס איז בטוח, אז יוחנן איז געווען א נביא.
און זיי האבן נאכאמאל זיי געווארנט, און אפגעלאזט, נישט געפינענדיק עפעס, פארוואס זיי צו באשטראפן, צוליב דעם פאלק; ווייל אלע האבן געלויבט ה׳ איבער דעם, וואס איז געשען.
דעמאלט איז דער מיליטערישער הויפטמאן אוועק צוזאמען מיט די משרתים, און זיי געברענגט, (דאך) נישט מיט געוואלד; ווארום זיי האבן מורא געהאט פארן פאלק, מען זאל זיי נישט שטייניקן.