2 און האט געזאגט צו זיינע דינער: דאס איז יוחנן פון דער (ירדן) מקווה; ער איז אויפגעשטאנען פון די טויטע; און דערפאר ווירקן אזוי די כוחות אין אים.
באמת זאג איך אייך, עס איז נישט אויפגעשטאנען צווישן די ילודי אשה קיין גרעסערער ווי יוחנן פון דער (ירדן) מקווה. דאך איז דער קלענסטער אין דעם מלכות השמים גרעסער ווי ער.
און זיי האבן געזאגט: אייניקע (זאגן) יוחנן פון דער (ירדן) מקווה; אנדערע אבער, אליהו; נאך אנדערע ירמיהו, אדער איינער פון די נביאים.
אין יענע טעג קומט יוחנן פון דער (ירדן) מקווה, און רופט אויס אין דער מדבר פון יהודה, אזוי צו זאגן:
און דער קעניג הורדוס האט געהערט וועגן דעם, (ווארום זיין נאמען איז באקאנט געווארן) און האט געזאגט: יוחנן פון דער (ירדן) מקווה איז אויפגעשטאנען פון די טויטע, און דערפאר ווירקן די כוחות אין אים!
און זיי האבן אים געענטפערט, אזוי צו זאגן: יוחנן פון דער (ירדן) מקווה; און אנדערע, אליהו; אנדערע אבער, אז איינער פון די נביאים.
און הורדוס דער טעטרארך האט געהערט אלץ, וואס עס איז געשען; און האט זיך באאומרואיקט, צוליב דעם וואס אייניקע האבן געזאגט, אז יוחנן איז אויפגעשטאנען פון די טויטע;
און א סך זענען געקומען צו אים, און האבן געזאגט: יוחנן האט טאקע נישט געטאן קיין נס, נאר אלץ, וואס יוחנן האט געזאגט וועגן דעם דאזיקן (יהושע/ישוע), איז אמת.