און ער האט געזאגט: אייך איז עס געגעבן געווארן צו וויסן די סודות פון דעם קעניגרייך פון ה׳; צו די איבריקע אבער אין משלים, כדי קוקנדיק זאלן זיי נישט זען, און הערנדיק זאלן זיי נישט פארשטיין.
די דאזיקע זאכן האב איך גערעדט צו אייך אין משלים; עס קומט אָן א שעה, ווען איך וועל מער נישט רעדן צו אייך אין משלים, נאר אייך אנזאגן אפן וועגן דעם פאטער.