Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מתתיהו 13:23 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

23 דער אבער, וואס איז געזייט אויף דער גוטער ערד, דאס איז דער וואס הערט דאס ווארט, און פארשטייט עס; ער ברענגט שוין יא פירות, און איינער ברענגט הונדערטפאכיק, און איינער זעכציקפאכיק, און איינער דרייסיק.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מתתיהו 13:23
43 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

אדער מאכט דעם בוים גוט, און זיין פרוכט גוט; אדער מאכט דעם בוים שלעכט, און זיין פרוכט שלעכט! מחמת פון די פירות דערקענט מען דעם בוים.


אן אנדער ביסל איז אבער געפאלן אויף דער גוטער ערד, און עס האט געברענגט פרוכט, איינס הונדערטפאכיק, איינס זעכציקפאכיק, און איינס דרייסיקפאכיק.


און די האק ליגט שוין ביים שורש פון די ביימער; דעריבער יעדער בוים, וואס ברענגט נישט קיין גוטע פירות, ווערט אפגעהאקט, און געווארפן אין פייער אריין.


ברענגט דעריבער פרוכט, וואס איז ראוי ביי תשובה!


באמת זאג איך אייך: ווער עס וועט נישט אויפנעמען דאס קעניגרייך פון ה׳ ווי א קליין קינד, דער וועט בשום אופן נישט אריינגיין דערין!


און יענע זענען עס וואס זענען געזייעט געווארן אויף דער גוטער ערד; וואס הערן דאס ווארט, און נעמען עס אָן, און ברענגען פרוכט, איינער דרייסיקפאכיק, און איינער זעכציקפאכיק, און איינער הונדערטפאכיק.


אפשר וועט ער אויף להבא ברענגען פרוכט; און אויב נישט, וועסטו אים אפהאקן!


דאס אבער אויף דער גוטער ערד, זיי זענען עס, וואס האבן געהערט דאס ווארט, האבן עס באהאלטן אין א לויטער און גוט הארץ און ברענגען פרוכט מיט סבלנות.


און אן אנדער ביסל איז געפאלן אויף דער גוטער ערד און האט אויפגעשפראצט און געברענגט פרוכט הונדערטפאכיק. און ווען ער האט דאס געזאגט, האט ער אויסגערופן: ווער עס האט אויערן צום הערן, דער זאל הערן!


נישט איר האט מיך אויסדערוויילט, נאר איך האב אייך אויסדערוויילט, און אייך באשטימט, אז איר זאלט גיין און ברענגען פירות, און אז אייערע פירות זאלן בלייבן; כדי וואס איר וועט בעטן דעם פאטער אין מיין נאמען, זאל ער אייך געבן.


ווער עס איז פון ה׳, דער הערט די ווערטער פון ה׳; צוליב דעם הערט איר נישט, ווייל איר זענט נישט פון ה׳.


און א ג‑טספארכטיקע פרוי, מיטן נאמען לידיא, א פארקויפערין פון פורפור, אויס דער שטאט טיאטירא, האט זיך צוגעהערט; וואס דער האר האט איר אויפגעמאכט דאס הארץ צו פארנעמען די רייד פון פוילוסן.


און די דאזיקע (יידן) זענען געווען איידעלער ווי די אין טעסאלאניקא, ווייל זיי האבן אנגענומען דאס ווארט מיט יעדער גרייטוויליקייט, און טאג טעגלעך געפארשט די כתבי (הקודש), צי עס איז אזוי.


און דער, וועלכער גיט זאמען דעם זייער און ברויט צום עסן, וועט געבן און פארפילפאכן אייער זאמען, און מאכן וואקסן די פרוכט פון אייער צדקה;


אנגעפילט מיט דער פרוכט פון צדקות, וועלכע איז דורך יהושע/ישוע המשיחן, צו ה׳ס כבוד און לויב.


נישט אז איך בין אויסן די מתנה; נאר איך זוך די פרוכט, וואס זאל זיך פארמערן צו אייער חשבון.


צו לעבן ווי עס איז ראוי פאר דעם האר, צו יעדער וואוילגעפעליקייט, און זיין פרוכטבאר אין אלע מעשים טובים און וואקסן אין דער דערקענטעניש פון ה׳;


וואס איז געקומען צו אייך, ווי אויך אין דער גאנצער וועלט, און פרוכפערט זיך און מערט זיך, פונקט ווי אויך ביי אייך פון דעם טאג אָן, ווען איר האט געהערט און דערקענט ה׳ס חסד אויף אן אמת;


און ווייטער, ברידער, בעטן מיר און זענען אייך מזהיר אינם האר יהושע/ישוע, אז ווי איר האט מקבל געווען פון אונדז, וויאזוי איר דארפט זיך לעבן וואוילגעפעלן צו ה׳—און טאקע אזוי ווי איר טוט דאס, אז איר זאלט עס פיל פארמערן.


און מיט יעדער פארפירערישקייט פון אומגערעכטיקייט פאר די, וואס ווערן פארלוירן, ווייל זיי האבן נישט אנגענומען די ליבע פון אמת, כדי געראטעוועט צו ווערן.


ווארום אויך אונדז, פונקט ווי צו יענע, איז א בשורה טובה אנגעזאגט געווארן; נאר דאס געהערטע ווארט האט זיי גארנישט גענוצט, ווייל עס איז נישט געווען פארבונדן מיט אמונה ביי די צוהערער.


ווארום די ערד, וועלכע טרינקט דעם רעגן, וואס קומט אפט אויף איר און גיט ארויס גרייטעכצער, וואס איז גוט פאר די, וועלכע באארבעטן זי, באקומט א ברכה פון ה׳;


ווארום דאס איז דער בונד, וואס איך וועל מאכן מיט דעם בית ישראל נאך יענע טעג, זאגט דער האר (ג‑ט): איך וועל געבן מיינע געזעצן אין זייער פארשטאנד, און אויף זייער הארץ וועל איך זיי שרייבן; און וועל זיין זייער ג‑ט, און זיי וועלן זיין מיין פאלק.


נאר וואקסט אין דעם חסד און דערקענטעניש פון אונדזער האר און גואל יהושע/ישוע המשיח. כבוד צו אים סאי איצט סאי אין דעם טאג פון אייביקייט. אמן.


און מיר ווייסן, אז דער זון פון דער אויבערשטער איז געקומען און אונדז געשענקט א פארשטאנד, כדי מיר זאלן דערקענען דעם ווארהאפטיקן; און מיר זענען אין דעם ווארהאפטיקן, אין זיין זון יהושע/ישוע המשיח. דאס איז דער ווארהאפטיקער ג‑ט און דאס אייביקע לעבן.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ