2 און גרויסע המונים מענטשן האבן זיך פארזאמלט צו אים, אז ער איז איינגעשטיגן אין א שיפל, און האט זיך אנידערגעזעצט; און די גאנצע מאסע מענטשן איז געשטאנען ביים ברעג.
און עס זענען געקומען צו אים גרויסע המונים מענטשן, וואס האבן געהאט מיט זיך לאמע, בלינדע, שטומע, קאליקעס, און א סך אנדערע; און האבן זיי אנידערגעווארפן פאר זיינע פיס, און ער האט זיי געהיילט;
און עס האבן אים נאכגעפאלגט גרויסע המונים מענטשן פון גליל און דעקאפאליס און ירושלים און יהודה און פון עבר הירדן.
און ווידער האט ער אנגעהויבן צו לערנען ביים ים; און עס האט זיך פארזאמלט ביי אים א זייער גרויסער המון מענטשן, אזוי אז ער איז איינגעשטיגן אין א שיפל, און האט זיך אנידערגעזעצט אויפן ים; און דער גאנצער המון מענטשן איז געווען ביים ים אויף דער יבשה.
איז ער איינגעשטיגן אין איינס פון די שיפלעך, וועלכעס האט געהערט שמעונען, און האט אים געבעטן אוועקצופארן אביסל פון דער יבשה; און האט זיך אנידערגעזעצט און געלערנט די המונים מענטשן אויס דעם שיפל ארויס.