14 און אויף זיי ווערט דערפילט ישעיהוס נבואה, וואס זאגט: מיט די אויערן וועט איר הערן, און נישט פארשטיין, און קוקנדיק וועט איר קוקן, און דאך נישט זען!
כדי קוקנדיק זאלן זיי קוקן און נישט זען, און הערנדיק זאלן זיי הערן און נישט באנעמען; טאמער וועלן זיי תשובה טאן און עס וועט זיי פארגעבן ווערן. (ישעיהו ו, ט-י.)
און ער האט געזאגט: אייך איז עס געגעבן געווארן צו וויסן די סודות פון דעם קעניגרייך פון ה׳; צו די איבריקע אבער אין משלים, כדי קוקנדיק זאלן זיי נישט זען, און הערנדיק זאלן זיי נישט פארשטיין.
אבער נישט אלע האבן געהארכט דער בשורה טובה; ווארום ישעיה זאגט: האר, ווער האט געגלויבט וואס מיר האבן געהערט? (ישעיהו נג, א.)
נאר זייערע מחשבות זענען פארהארטעוועט געווארן? ווארום ביז צום היינטיקן טאג בלייבט די זעלביקע מסוה נישט אפגעדעקט ביים לייענען דעם ברית הישנה (תנ״ך), ווייל זי ווערט אוועקגענומען (נאר) אינם משיח.