10 און די תלמידים זענען צוגעקומען, און האבן געזאגט צו אים: פארוואס רעדסטו צו זיי אין משלים?
און ער האט ענטפערנדיק געזאגט: ווייל צו אייך איז געגעבן געווארן צו וויסן די סודות פון דעם מלכות השמים, צו יענע אבער איז עס נישט געגעבן געווארן.
און ער האט גערעדט צו זיי א סך זאכן מיט משלים, אזוי צו זאגן: זע, דער זייער איז ארויסגעגאנגען צו זייען;
ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן!
און ווען ער איז געווען אליין, האבן די, וואס זענען געווען מיט אים, צוזאמען מיט די צוועלף אים געפרעגט וועגן די משלים.
און די תלמידים זיינע האבן אים געפרעגט, וואס דאס משל זאל באטייטן.