7 און אויב איר וואלט געוואוסט, וואס עס הייסט: איך באגער בארעמהארציקייט, און נישט קיין קרבן, וואלט איר נישט פארמשפט די אומשולדיקע. (הושע ו׳ ו.)
יהושע/ישוע אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: איר בלאנדזשעט, ווייל איר קענט נישט די כתבי (הקודש), און אויך נישט די קראפט פון ה׳.
גייט און לערנט וואס דאס איז: איך וויל בארעמהארציקייט, און נישט קיין קרבן (הושע ו, ו.); מחמת איך בין נישט געקומען רופן צדיקים, נאר חוטאים.
און אים ליב צו האבן מיטן גאנצן הארצן, און מיטן גאנצן פארשטאנד, און מיט דער גאנצער קראפט, און ליב צו האבן דעם חבר ווי זיך אליין, איז א סך מער ווי אלע עולות און זבחים.
ווארום די איינוואוינער פון ירושלים און זייערע שרים, פארמשפטנדיק אים, וועמען זיי האבן נישט דערקענט, האבן דערפילט די רייד פון די נביאים, וואס ווערן געלייענט יעדן שבת.
איר האט פארמשפט, איר האט געהרגעט דעם צדיק; ער שטעלט זיך אייך נישט אנטקעגן.