Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מתתיהו 12:34 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

34 איר שלאנגענקינדער, ווי אזוי קענט איר רעדן גוטס, זייענדיק (אליין) בייז? מחמת פון דער שפע פון דעם הארץ, רעדט דאך דאס מויל.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מתתיהו 12:34
28 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

דער גוטער מענטש ברענגט ארויס גוטע זאכן פון זיין גוטן אוצר, און דער בייזער מענטש ברענגט ארויס בייז פון זיין בייזן אוצר.


די זאכן אבער וואס קומען ארויס פון מויל קומען אויסן הארצן ארויס; און זיי מאכן דעם מענטשן טמא.


איר שלאנגען! גזע פון להכעיסניקעס! ווי אזוי וועט איר אנטרינען פון דעם משפט פון גיהנום?


ווען אבער ער האט געזען א סך פון די פרושים און פון די צדוקים קומען צו דער מקווה, האט ער צו זיי געזאגט: איר שלאנגענקינדער, ווער האט אייך געגעבן צו פארשטיין, אז איר זאלט אנטלויפן פון דעם קומענדיקן גרימצארן?


און ער האט געזאגט צו די המונים מענטשן, וואס זענען ארויסגעקומען געטובלט צו ווערן אין דער מקווה פון אים: איר שפראץ פון שלאנגען, ווער האט אייך געגעבן צו פארשטיין צו אנטלויפן פון דעם קומענדיקן צארן?


דער גוטער מענטש ברענגט ארויס דאס גוטע פון דעם גוטן אוצר פון זיין הארץ, און דער שלעכטער ברענגט ארויס שלעכטס פון דעם שלעכטן (אוצר); ווארום פון דעם, מיט וועלכן דאס הארץ פליסט איבער, רעדט דאס מויל זיינס.


איר זענט פון אייער פאטער, דעם שׂטן, און די שלעכטע גלוסטונגען פון אייער פאטער ווילט איר טאן. ער איז געווען א רוצח פון אנהויב אָן, און איז נישט געשטאנען אין דעם אמת, ווייל עס איז קיין אמת אין אים נישט פאראן. ווען ער רעדט שקר, רעדט ער פון דעם, וואס איז זיין אייגן, ווייל ער איז א ליגנער, און דער פאטער פון שקר.


זאל קיין געמיין ווארט נישט ארויסקומען פון אייער מויל ארויס, נאר וואס איז גוט, וואו נויטיק, צום אויפבויען, כדי עס זאל געבן חן צו די, וואס הערן עס.


אויך נישט קיין ניבול‑פה און נארישע רייד אדער צוויידייטיקע וויצן, וואס פאסן זיך נישט; נאר ליבער (זאלט איר אפגעבן) א שבח.


ווארום אין א סך זאכן שטרויכלען מיר אלע. אויב עמיצער שטרויכלט נישט אין קיין ווארט, איז ער א שלמותדיקער מענטש, בכוח צו האלטן אפילו דעם גאנצן גוף אין דער צוים.


דורך דעם דאזיקן ווערן אנטפלעקט די קינדער פון ה׳, און די קינדער פון דעם שׂטן: יעדער איינער, וועלכער טוט נישט עוסק זיין אין צדקות, איז נישט פון ה׳, און דער, וואס האט נישט ליב זיין ברודער.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ