30 ווער עס איז נישט מיט מיר, דער איז קעגן מיר; און דער, וואס זאמלט נישט איין מיט מיר, צעשפרייט.
אדער ווי אזוי קען עמיצער אריינגיין אין דעם הויז פון דעם גיבור, און אוועקרויבן זיינע זאכן, אויב ער וועט נישט קודם כל בינדן דעם גיבור? און דעמאלט וועט ער אויסרויבן זיין הויז.
קיינער קען נישט דינען צוויי הארן; מחמת אדער ער וועט דעם איינעם פיינט האבן, און ליב האבן דעם אנדערן, אדער ער וועט זיך האלטן ביי איינעם, און דעם אנדערן פאראכטן. איר קענט נישט דינען ה׳ און ממון.
ווארום ווער עס איז נישט קעגן אונדז, דער איז פאר אונדז.
ווער עס איז נישט מיט מיר, דער איז קעגן מיר; און ווער עס זאמלט נישט איין מיט מיר, דער צעשפרייט.
יהושע/ישוע אבער האט צו אים געזאגט: איר זאלט נישט פארווערן! ווארום ווער עס איז נישט קעגן אייך, דער איז פאר אייך.
און נישט בלויז פאר דעם פאלק אליין, נאר כדי אויך די צעשפרייטע קינדער פון ה׳ זאל ער איינזאמלען אינאיינעם.
פון אונדז זענען זיי ארויסגעגאנגען, נאר זיי זענען נישט געווען פון אונדז; ווארום אויב זיי וואלטן געווען פון אונדז, וואלטן זיי געבליבן מיט אונדז; נאר (זיי זענען ארויסגעגאנגען) כדי זיי זאלן באקאנט ווערן, אז זיי אלע זענען נישט פון אונדז.