2 און ווען די פרושים האבן עס געזען, האבן זיי געזאגט צו אים: זע, דיינע תלמידים טאן, וואס מען טאר שבת נישט טאן!
און זע, דארט איז געווען א מענטש מיט א פארדארטער האנט. און זיי האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: מעג מען שבת היילן? כדי זיי זאלן קענען אים באשולדיקן.
ער אבער האט צו זיי געזאגט: צי האט איר נישט געלייענט, וואס דוד האט געטאן, ווען עס האט אים געהונגערט און די, וואס זענען געווען מיט אים?
און די פרושים האבן געזאגט צו אים: זע, פארוואס טוען זיי אום שבת וואס מען טאר נישט?
און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק געזאגט צו די חכמי התורה און פרושים, אזוי צו זאגן: צי מעג מען שבת היילן אדער נישט?
און האבן זיך אומגעקערט, און צוגעגרייט בשמים און זאלבן. און שבת האבן זיי גערוט לויט דעם געבאט (פון דער תורה).
אייניקע אבער פון די פרושים האבן געזאגט: פארוואס טוט איר דאס, וואס מען טאר שבת נישט טאן?